נעגל און קאלציום
א סיון תשפ"ו 📝
שאלה: וואס איז דער פשט פון די האלבע באלי וואס מען זעט אויף די נעגל פון די הענט? איך האב געהערט אז עס איז א סימן אז מען האט נישט גענוג קאלציום, איז עס אמת?
ענטפער: די ווייסע האלב-לבנה וואס מען זעט אויפן נאגל ווערט גערופן די "לונולא" (דאס שטאמט פונעם לאטיינישן ווארט וואס מיינט "קליינע לבנה"). דאס איז א חלק פונעם ווארצל פונעם נאגל; דער ווארצל גייט טאקע אריין טיפער אונטער די הויט, אבער דעם חלק קענען מיר זען, און פון דארט הייבט דער נאגל אן צו וואקסן.
פארוואס איז דער קאליר אנדערש ווי די אנדערע חלקים פונעם נאגל? דער מאטעריאל פון וואס א נאגל באשטייט הייסט "קעראטין". ביי כמעט דעם גאנצן נאגל איז דער קעראטין גענוג דין, דעריבער זעט מען דורך דעם די בלוט-אדערן וואס לויפן אונטער דעם, און דערפאר זעט עס אויס פינק. אבער ביים שורש איז דער נאגל אביסל דיקער, דערפאר זעט עס אויס ווייס.
דער אויבערשטער האט באשאפן יעדן מענטש אנדערש. ביי רוב מענטשן קען מען עס דאס בעסטע זען אויפן גראבן פינגער (טאמב), אבער עס זענען דא אזעלכע וואס האבן עס אויף אלע פינגער. אזוי אויך קען עס זיך כסדר טוישן במשך די יארן, עס ווערט אמאל שוואכער און אמאל שטארקער.
דאס וואס דו פרעגסט צי עס דארף ווייזן אז מען מאנגלט אין קאלציום, איז נישט ממש אזוי. אבער מען קען צומאל זען אויף די נעגל אויב מען באקומט נישט קיין גוטע נעהרונג; איינער וואס באקומט נישט קיין געהעריגע נעהרונג וועלן זיינע נעגל צומאל זיין שוואך, למשל עס וועט האבן מאדנע קאלירן, עס וועט זיך גרינג צוברעכן, וכדומה.
אויב איינער ליידט פון א מאנגל אין קאלציום, וועט מען זען אסאך אנדערע סימנים פיל פריער איידער מען וועט עס באמערקן אויף די נעגל, ווי למשל: קרעמפן, שוואכקייט, און פראבלעמען מיט די ביינער.
מילך און מילכיגס זענען באקאנט אלס איינע פון די גאר גוטע מקורות פון וואו מען קען באקומען קאלציום. יעצט, ווען מען שטייט פאר שבועות, איז טאקע פאסיג צו דערמאנען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פאריאר שבועות, ארויסצוברענגען אז מען זאל זיך נישט קלאפן מיט וואס איז געווען, ווייל לכאורה, וויאזוי מעג מען בכלל עסן מילך? מילך קומט דאך פון בלוט, ווי חז"ל זאגן "דם נעכר ונעשה חלב" (בכורות ו:), און מיר ווייסן דאך דעם כלל אז "היוצא מן הטמא טמא" (שם ה:); און דאך זעען מיר אז מען מעג עסן מילך. פארוואס? ווייל דאס ווערט באטראכט אלס א נייע באשעפעניש. דערפאר עסט מען דאס שבועות ביי קבלת התורה, כדי מיר זאלן זיך נישט קלאפן אויפן עבר; אפילו אויב דו ביסט געווען א שטיק בלוט - בחינת עשו הרשע - קענסטו ווערן ווייס ווי יעקב, בחינת מילך. אזוי ווי חז"ל זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כיון שקבלתם עליכם עול תורה, מעלה אני עליכם כאילו לא חטאתם מימיכם". ווען א מענטש נעמט אויף זיך דעם עול תורה, דאס הייסט ער נעמט זיך פאר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, זאגט דער אייבערשטער: "איך רעכן אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט". עס ווערט אויס בלוט, דם נעקר ונעשה חלב.
געשריבן דורך גרשון קרעמער. שיקט אריין גריסן, הערות, קריטיק, שאלות אדער קאמפלימנעטן צו (845) 445-7447