נעקסט לעוול הפצה: ביזנעס קארטלעך
יד תמוז תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו
די וועלט בלייבט נישט שטיין. דער בעל דבר ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצושלעפן אידן אין זיין נעץ, זה לעומת זה עשה אלקים, דער אייבערשטער האט אראפ געשיקט דעם הייליגן רבין וואס האט די עצות און מיטלען זיך צו שלאגן מיטן סמ"ך מ"ם, און זיינע תלמידים די הייליגע מפיצים רוען אויך נישט. פאר עטליכע אינגעלייט פון אנשי שלומינו איז בייגעפאלן א געדאנק צו מאכן פארשידענע "קארטלעך", עקסטער פאר מענער, פאר פרויען, און ענינים שונים, וואס די מפיצים גייען ארום און פארטיילן פון מענטש צו מענטש. וואס דאס האט שוין געראטעוועט אומצאליגע אידישע קינדער פון אריינפאלן אין טיפן אפגרינד ר"ל.
איין אזא עפיזאד האט זיך לעצטענס אפגעשפילט ביי א איד, וואס האט עס פערזעליך פארציילט פאר איינע פון אנשי שלומינו: ביי איינעם אין זיין משפחה פון קרית יואל, איז נעבעך אריינגעפאלן א פראבלעם אין מח, און וואס א טאג שפעטער האט עס זייער שלעכט אפעקטירט די גאנצע משפחה אויף גאר א נעגאטיוון פארנעם, אויף אזוי ווייט אז די משפחה אנגעהויבן אראפפארן פון די רעלסן ר"ל... געטרייע חשובע עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די פרשה מיטן ציל צו ראטעווען די חשובע משפחה, און אלע האבן באשלאסן פה אחד, אז די איינציגע עצה פאר זיי איז "טעראפי", און האבן דערקלערט אז פאר בלויז בערך צוואנציג טויזנט דאלער א חודש וועט מען קענען אויסהיילן דעם פאציענט. עס איז דורך א חודש נאך א חודש, ביז נאך א גאנצע יאר האט מען זיך דערזען, אז טראץ וואס מען האט שוין אויסגעגעבן א פערטל מיליאן דאלער האלט מען נאך ביי "סטעפּ זיראָ". "גארנישט" האט זיך געטוישט.
דער אייבירשטער וואס פירט די גאנצע וועלט, און גארנישט קען געשען אויסער וואס ער באשליסט, האט געזען די צער פון די משפחה, און האט געשיקט זיינע שליחים זיי צו העלפן. איין טאג, האט דאס ליידענדע ווייבל געטראפן א קליין קארטעלע, וואס איז געשטאנען דערויף פאר עצות און חיזוק רופט 212-444-9191 אדער פאר די קוואל פון חיזוק פרויען האטליין רופט 212-444-9169, זי האט אריינגעלייגט דאס קארטל אין טאש, און גערופן דעם נומער. עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און די גאנצע משפחה די עלטערן מיט די קינדער, האבן זיך אלע געשטעלט אויף די פיס, און אנגעהויבן צו לעבן מיטן אייבערשטן, און זענען ב"ה ארויס פון זייער פלאנטער אן קיין שום סייד עפעקטס.
מען האט די וואך געדרוקט פינף און צוואנציג טוינזט פרישע קארטלעך, ווער עס וויל באקומען קארטלעך צו טיילן, זאל זיך ווענדן צו די מפיצים.
אם הבנים שמחה הללוקה