שאלה: עס איז א פשוטע זאך אז מען קען נישט אויסמישן "וואסער" מיט "לופט", דערפאר וואונדער איך מיך וויאזוי מאכט מען סעלצער פון וואסער, וויאזוי ווערט די לופט אויסגעמישט מיט די וואסער?
 
מענדל מ.
 
ענטפער: דו פרעגסט זייער גוט מענדל, אין געווענליכע אומשטענדן וועט מען נישט קען "מישן" וואסער מיט לופט, סעלצער אדער "סאדע וואסער" מאכט מען מיט א ספציעלע לופט (אלע סארטן לופטן ווערן גערופן "גאזן") וואס מען רופט "קארבאן דיאקסייד" (CO2), מען נעמט פשוטע וואסער (אויב וויל מען מאכן זיסע קאלירטע סאדע, לייגט מען צו פארשידענע פארבן, טעמים, און זיסקייט) מען לייגט עס אריין אין א הערמעטיש פארמאכטע פלעשל, און א מאשין צווינגט אריין מיט פרעשור די קארבאן דיאקסייד, וואס ווערט אריינגעצווינגען אינעם פלעשל וואס האט נארמאלערהייט נישט קיין פלאץ פאר ביידע, די וואסער מיט די קארבאן דיאקסייד ווערן צוזאם געדרוקט און אזוי ווערט עס "אויסגעמישט" מיט די וואסער, עס גייט אריין אין די וואסער. די וואסער בלייבט סאדע ווילאנג דער פלעשל איז גענצליך פארמאכט, ווייל די קארבאן דיאקסייד וויל צוריק ווערן א גאז און זיך אויסמישן מיט די לופט.
 
מיר אלע האבן פרעשור באבלס אין קאפ וואס מיר זוכן צו באפרייען, קענסט גיין צו א טעראפיסט וואס וועט מאכן די גענאר פון דיר, ער וועט דיר געבן פינף און פערציג מינוט, ער וועט דיר אויסהערן, אראפ שרייבן מיט אן ערנסקייט וואס דו זאגסט, און פונקט ווען דו שפירסט אז דו קומסט אן צום הויכפוקנט ווי דו ווילסט זאגן וואס באדערט דיר "באמת", געבט ער א קוק אויפן זייגער "אוי, עס איז שוין דורך די צייט, מיר וועלן רעדן נעקסטע וואך, דער סעקרעטאר וועט דיר מאכן א פרישע אוידענץ קומענדיגע וואך".
 
אדער, קענסטו גיין צום אויבערשטן, דער שומע תפלת כל פה, דער הייליגער רבי רבי מאיר'ל פלעגט זאגן דער אויבערשטער איז א שמוע תפלת כל "פה", אפילו איך שפיר מיך ווי "פע" א שטיק גארנישט, מיסט, דער אויבערשטער הערט דיר אויס. עס קאסט נישט קיין געלט, דארפסט נישט מאכן קיין אפוינטמענט, און אלע רוחות וואס בוזשעווען אין דיין קאפ וועלן ווערן באפרייט, וועסט נישט אויסזען מער ווי אן אויפגעשאקעלטע פלעשל סאדע וואס א קינד האט אראפ געווארפן פונעם דריטן שטאק, וועסט ווערן געהיילט ברוחניות ובגשמיות.
 
שיקט אריין א פראגע צו askgershon@gmail.com