סאטעליטן
כה טבת תשפ"ו 📝
שאלה:
וויאזוי ארבעטן סאטעליטן, און וואס האבן מיר דערפון דא אויף דער וועלט?
אליעזר שלמה טייטלבוים
ענטפער:
דו פרעגסט זייער גוט, אליעזר שלמה'לע. דו פרעגסט וויאזוי סאטעליטן ארבעטן? סאטעליטן זענען מאשינען וואס דרייען זיך ארום די וועלט זייער הויך אין ספעיס. כאטש זיי זענען זייער זייער ווייט, האבן זיי ספעציעלע כלים וואס העלפן זיי צו זען און באמערקן זאכן וואס טוען זיך אויף דער וועלט.
אויף וואס קוקן זיי? עס זענען דא פארשידענע סאטעליטן וואס טוען אנדערע אויפגאבעס. טייל זענען באשטימט צו נעמען בילדער, פונקט ווי א קאמערע, אבער סך שטארקער. זיי קענען זען אסאך ווייטער. אנדערע נעמען בכלל נישט קיין בילדער – זיי מעסטן אנדערע זאכן ווי היץ, ליכטיגקייט, זאכן וואס רוקן זיך, ראדיא סיגנאלן.
למשל, איין סאטעליט קען מעסטן ווי ווארעם די אקעאנען זענען, בשעת א צווייטער קען אויפכאפן וואו וואלקנס זענען און וואו זיי גייען, און אזוי ווייטער.
אלעס וואס מיר טוען דא ווערט אפגעכאפט, אפילו אינעווייניג אין שטוב, וואו דער סאטעליט קען נישט זען. יעדע פיצלע מצוה'לע וואס דו טוסט, יעדעס מאל וואס דו פאלגסט דיין טאטע-מאמע, ווערט אפגעכאפט. ווען דו וואלסט געוואוסט ווי ס'ווערט אפגעכאפט יעדע קלייניקייט, וואלסטו עס געטון מיט א מורא'דיגע שמחה.
ווען אהרן הכהן וואלט געוואוסט אז די תורה וועט שרייבן "וראך ושמח בלבו", עס שטייט "וישק לו", ווען ער האט געטראפן משה רבינו נאך אכציג יאר נישט זען, זאגט דער מדרש, ווען ער וואלט געוואוסט אז עס וועט אזוי שטיין אין די תורה, וואלט ער געברענגט א גאנצע בענד מיט פויקן און טראמפייטערס.
די סעטעלייטס שיקן דערנאך אריבער די אינפארמאציע אראפ צו דער וועלט מיט ראדיא סיגנאלן, עפעס אזוי ווי א טעלעפאן, צו די סטאנציעס אויף דער וועלט, וועלכע ווערן אפגעליינט דורך די ארבעטערס.
אבער עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז נישט נאר יעדע עבירה ווערט פארשריבן, דאס איז אויך אמת, אויך יעדע מצוה'לע ווערט פארשריבן, יעדע שיינע זאך.
ווען א אינגל ווייסט אז יעדע מצוה'לע ווערט פארשריבן, טוט מען עס גאר געשמאק.
צו פרעגן א שאלה שיקט צו askgershon@gmail.com אדער לאזט א מעסעדזש אויף 845-445-7447.