כאטש דער ראש ישיבה שליט"א האט גלייך ביים אנהייב פונעם גרונדן דעם שטעטל געזארגט אהערצושטעלן דעם שאטל פאר די איינוואוינער, כדי מען זאל קענען גרינג אנקומען וואו מען דארף. איז די טראנספארטאציע פאר די חשובע פרויען וואס ווילן אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן נאך אלץ גאנץ שווער.
 
דער געטרייער חבר הנהלה מו”ה מנחם שטיינבערג הי”ו האט אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות אין דעם, סיי מיטן זוכן די פאסיגע שאטל, און דערנאך ווען מען האט שוין געדארפט האבן נאך א שאטל האט ער אויך געזען מען זאל טרעפן דעם ריכטיגן שאטל, און סיי מיטן אהערשטעלן די וועג וויאזוי און וואו די שאטל זאל ארומפארן כדי עס זאל זיין די בעסטע פאר אלע איינוואוינער. היינט איז דאס אהערגעשטעלט אז מען לאזט וויסן מרת כ”ץ וואו און ווען מען וויל פארן און זי לאזט וויסן אויב דאס איז מסודר.
 
אין די זעלבע צייט האט מען נאך ווייטער געארבעט צו זען וויאזוי מען קען מאכן בעסער און שענער דאס אנקומען צו אלע פלעצער אין און ארום די שטעטל. אין איינע פון די טעג איז מען ברוך השם אויפגעקומען מיט א געדאנק אז מען קען אפשר אנהייבן נוצן "מאוו סאליוואן" וואס איז די באס סערוויס וואס די קאונטי פירט אן. מען האט זיך פארבינדן מיט זיי צו זען אויב זיי קענען אנהייבן צו פארן אין די גאסן פון שטעטל, כדי די איינוואוינער זאלן קענען געניסן פון די סערוויס.
 
ווי די סדר ביי די שטאטישע אפיסעס נעמט אלעס אסאך צייט, אבער נאך אסאך תפילות קען מען שוין מעלדן די גוטע בשורה אז זיי זענען גרייט צו צולייגן נאך רוטס און באסעס
אויסגעשטעלט ספעציעל פאר די שטעטל. עס איז ב"ה אויסגעארבעט געווארן א פונקטליכע מאפע פון גאסן און סטאפס וואו זיי גייען פארן אויפנעמען און אראפלייגן פאסאנדזשירן.
 
ווי עס הייסט יעצט וועט אריינגיין אין קראפט קומענדיגן חודש, פאר מער פונקטליכע דעטאלן און אזוי אויך ווען עס גייט זיין מער נייעס איבער דעם וועט מען עס לאזן
וויסן אם ירצה השם.
 
דער יעצטיגע שאטל וועט אם ירצה השם ווייטער אנהאלטן און וועט ארומצופירן בעז"ה אלעמען, אבער נאר די קאונטי באסעס וועלן צולייגן נאך גוטע אפציעס און גרינגער מאכן אנצוקומען וואו מען דארף.
 
ביי דעם געלעגענהייט ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די חשובע הנהלה וואס דער ראש ישיבה האט געשטעלט, וואס לייגן אריין כוחות אין יעדן פרט אינעם שטעטל, אז עס זאל
זיין דאס בעסטע פאר אלע חשובע איינוואוינער, ובפרט קומט זיך א דאנק פאר מו”ה מנחם שטיינבערג הי”ו וואס האט געארבעט דערויף גאר לאנג און אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות עס זאל צושטאנד קומען, דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטן.