סדר דרך הלימוד פראגראמען פאר אינגע קינדער ב"ה מיט גרויס סוקסעס
כט כסלו תשע"ט 📝
ווי אנ"ש געדענקען וואס מוהרא"ש פלעגט אלעמאל מעורר זיין און מאנען די תלמידים צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, און אלץ צוברענגען וואס דער הייליגער האט אונז געשריבן אין שיחת הר"ן (סימן ע"ו) זיין הייליגער סדר דרך הלימוד וואס איז א דבר השוה לכל נפש.
בפרט איז די עצה צוגעפאסט פאר די טייערע קינדער תינוקות של בית רבן, וואס האבן פרייע צייט נאך חדר, ווי קינדער קענען אריינכאפן גאנצע מסכתות משניות און פילע בלעטער גמרא יעדן איינציגן טאג. קינדער וואס זענען זוכה צו באקומען דעם סדר דרך הלימוד אין די אינגע יארן קענען גאר גרינג זוכה זיין צו ענדיגן לכל הפחות איין מאל משניות צו זייער בר מצוה, און לכל הפחות ענדיגן איין מאל ש"ס צו זייער חופה. דאס איז אויסער דעם וואס זייער צייט איז אויסגעפילט מיט גוטס, און עס דערקענט זיך אויף זיי אז זיי זענען פרייליכע קינדער וואס זענען אנגעפילט מיט אמת'ע סיפוק און שפייז פאר זייער הונגעריגע נשמה.
צוליב דעם האבן אלע שולן פון היכל הקודש סיי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, עצי תמרים ק"י, בלומינג גראוו, אא"וו, פראגראמען וואס ברענגען אריין אין די קינדער א רייץ צו לערנען טעגליך פרקים משניות און בלעטער גמרא, און זיי געבן א ידיעות התורה, ווי זיי באקומען געשאנקען און טשאטשקעלעך פאר יעדע פרק אדער בלאט זיי לערנען. ווי מ'זעט נאכדעם, נעמט נישט קיין לאנגע צייט, און זיי דארפן שוין גארנישט נאר דעם פרק משניות און בלאט גמרא, דאס איז זייער שענסטע מתנה וואס זיי האבן נאר געקענט באקומען אין זייער לעבן.