סדר היום פון די ראש השנה טעג ביים בנין פון ראש ישיבה שליט"א אין אומאן
כה אלול תשע"ט 📝
מיט פיל דאנק צום אייבערשטן לאזן זיך צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט ארויס קיין אומאן צו וויילן אין די הייליגע ראש השנה טעג אין אומאן, ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן, און צוגעזאגט צו מתקן זיין די אלע וואס וועלן קומען.
ביים נייעם הערליכן בנין פון ראש ישיבה שליט"א וואס געפונט זיך אויף די בילאצערקאווסקע גאס ווייט ארויס פון די הו הא פונעם צענטער פון שטאט, וועט מיט אייבערשטנ'ס הילף אפגעראכטן ווערן א הערליכע יום טוב. די מקוה איז הערליך אויסגערישט, אין די קאך גייט אן די ארבעט מיטן פולסטן פארע צוצוגרייטן אלע סעודות פון שבת ויום טוב, דער בית המדרש איז מאיעסטיש צוגעגרייט, אויסגע'שורה'ט הונדערטער בענקלעך, אויף א שיינעם סדר, אין די שלאף צימערן זענען אלע בעטן שוין גרייט, ווארטן נאר אויפצונעמען די הונדערטער געסט וואס וועלן אנקומען בעז"ה אין די קומענדיגע צוויי טעג.
דאנערשטאג נאכט וועט בעז"ה סערווירט ווערן א געשמאקע סאפער, פאר אלע וואס האבן געדינגען א בעט אינעם בנין, זיך צו דערכאפן דאס הארץ נאכן לאנגן רייזע, און פרייטאג אינדערפרי וועט בעז"ה סערווירט ווערן א נארהאפטיגע פרישטאג.
אזוי אויך איז ערווארטעט בעז"ה גאר שיינע סעודות צוזאמען מיטן ראש ישיבה שליט"א. צו די סעודות קענען נאר קומען די וואס האבן געדינגען א בעט אינעם בנין.
דער ראש ישיבה וועט בעז"ה געבן גאר שיינע דרשות חיזוק, וואס וועט בעז"ה זיין אפן פארן גאנצן ציבור, ווי דער ראש ישיבה וועט מעורר זיין און אונז אויפוועקן מיר זאלן נישט פארגעסן פארוואס מיר זענען געקומען, און נישט פארפאטשקען די צייט, נאר לויפן צום הייליגן ציון און זיך דארט אויסבעטן אלעס גוטס.
ליל שבת קודש
דער זמן הדלקת הנרות שב"ק פרשת נצבים איז 6:30. מען וועט בעז"ה דאווענען מנחה קבלת שבת מעריב ביים זמן הדלקת הנרות. נאך די סעודה אום 9:30 וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן א שיינע באטע בשירה וזמרה און דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה.
יום שבת קודש
שב"ק אינדערפרי אום 9:30 וועט מען בעז"ה דאווענען שחרית. מנחה ושל"ס מיט דברי תורה פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט זיין אי"ה בשעה 6:30. זמן מוצש"ק פרשת נצבים איז 7:57.
ערב ראש השנה
סליחות ליל זכור ברית וועט זיין בעז"ה אום 1:00 ביינאכט, און נאך סליחות וועט בעז"ה זיין א מעגליכקייט צו געבן פדיון נפש פארן ראש ישיבה שליט"א. שחרית ערב ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 8:00 אינדערפרי, און נאך שחרית וועט זיין בעז"ה נאך א מעגליכקייט פאר פדיון נפש.
ראש השנה תש"פ
זמן הדלקת הנרות ראש השנה איז אום 6:25, מנחה ערב ראש השנה וועט זיין ביים זמן פון הדלקת הנרות. שחרית ביידע טעג ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 8:00. מנחה ביידע טעג וועט זיין בעז"ה אום 6:00. נאך מנחה אום 6:30 וועט בעז"ה זיין א דרשה פון ראש ישיבה שליט"א. זמן מוצאי יום טוב איז 7:51
דערנאך וועט מען זיך ארויסלאזן אין א ריקוד, און זיך פרייען אויף די גרויסע זכיה אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה.
מי שהיה אצלי על ראש השנה ראוי לו לשמוח כל השנה