ווען איר קומט אריין אין די יעצטיגע טעג אין ישיבה תפארת התורה, זעט איר ווי די בחורים זיצן און לערנען מיט התמדה, אזוי אויך קומט פאר טעגליך פאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה, אלעס גייט ווייטער אן ווי געהעריג א גאץ חודש ניסן.
 
ווי באקאנט האבן אלע צדיקים געבלוטיגט אויף די אזוי גערופענע "בין הזמנים" טעג, ווען תלמידי ישיבות ברענגען אן די צייט מיט נארישקייטן, און האבן אלץ מעורר געווען, אז א איד דארף לערנען אין דאווענען יעדן טאג פון יאר, נישט קיין חילוק צו עס איז חודש טבת, ניסן, אב, אדער תשרי.
 
מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין קונטרס "בין הזמנים" "עס איז דא נאר איין צייט וואס א מענטש האט "בין הזמנים", דאס איז בין מיתה לקבורה, נאכן שטארבן פארן באערדיגן". אבער א גאנץ לעבן דארף א איד שטענדיג אריינכאפן נאך תורה ומצות, און נישט חס ושלום פארברענגן די צייט, וואס דאס ברענגט דאס ערגסטע ה"י.
 
און אזוי איז טאקע איינגעפירט אין די הייליגע ישיבה תפארת התורה אין די אלע יארן, אז עס איז נישטא קיין בין הזמנים אין ישיבה. די בחורים האבן ליב צו קומען אין ישיבה, זיי ווערן ערצויגן מיט אהבת התורה, און אהבת השי"ת, זיי פרייען זיך צו קענען קומען ווייטער זיצן בין כותלי הישיבה, און לערנען די הייליגע תורה שיעורים כסדרן, ובנוסף צו קענען הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה וואס איז מחי' נפשות, וואס געבט אריין חיות פאר די בחורים, און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן.
 
כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ