ווען איר קומט אריין אין די טעג אינעם הייליגן ברסלב ישיבה תפארת התורה אין וויליאמסבורג, וועט זיך אייך דאכטן אז יעצט איז אינמיטן זמן, דער ישיבה גייט אן ווי געהעריג, דער ראש ישיבה און די בחורים דאווענען און לערנען, דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר די געשמאקע שיעורים, פונקט ווי א גאנץ יאר. אין די צייט וואס אנדערע ישיבות פארמאכן זיך אויף גאנץ חודש צו "בין הזמנים", טוט מען אין ישיבה תפארת התורה נישט אנערקענען דעם טערמין בין הזמנים אויף צו גיין ליידיג און פארברענגען די צייט.
 
פון די אנדערע זייט טוט דער ראש ישיבה שליט"א מוטיגן אז אלע בחורים אפילו די וואס וואוינען אין אויסלאנד אדער אנדערע פעלער זאלן טון אלעס וואס זיי קענען צו זיין אינדערהיים אויף פסח זעלבסט. דער ראש ישיבה זאגט אז פסח איז א צייט וואס מען דארף זיין אין שטוב, אבער די וואכן פאר פסח און נאך פסח דארף מען נישט גיין ליידיג. 
 
אלע צדיקים פלעגן בלוטיגן אויף דעם אזוי גערופענעם "בין הזמנים" צייט וואס די בחורים נישט האבנדיג קיין סדר, ווערן זיי משוגע פונעם טאג און וואס ליידיג גיין קען ברענגען, דארף מען נישט מסביר זיין.
 
צדיקים האבן געזאגט אז א איד דארף שטענדיג לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן, נישט קיין חילוק צי עס איז חודש טבת, ניסן, אב אדער תשרי. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער טערמין "בין הזמנים" גייט ארויף נאר אויף די צייט בין מיתה לקבורה, אבער אויסער דעם איז נישט פארהאן אזא זאך ווי בין הזמנים.
 
די תלמידים פון ישיבה תפארת התורה דארף מען נישט צווינגען צו קומען אין ישיבה בין הזמנים פונקט ווי א גאנץ יאר, די תלמידים ווערן נתחנך מיט אהבת התורה און אהבת השי"ת, זיי פרייען זיך און זענען דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס שטרענגט זיך אן יעדן טאג אפילו אין די פארנומענע ערב פסח טעג און האלט אפן די ישיבה און געט די געשמאקע שיעורים ווייטער ווי א גאנץ יאר.
 
כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ