גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר.
 
די ערשטע טעג יום טוב זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט און געשמאק מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, שב"ק איז פארגעקומען די קידוש פאר די טאכטער פון ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה האט א נאמען געגעבן מלכה. פילע אנשי שלומינו זענען געקומען זיך משתתף זיין און אנווינטשן דעם ראש ישיבה שליט"א.
 
מאנטאג נאכט חול המועד איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין וויליאמסבורג, א ברייטע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן, און אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון איבעראל מיטצוהאלטן די יארצייט סעודה, ביי די סעודה האט מען געזינגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן, און וואס מיר באקומען אלץ פון אים. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אזא אור וואס וועט בלייבן ביז משיח וועט קומען, יעדע וואס זענען מחזק אידישע קינדער נעמען עס אפענערהייט אדער באהאלטענערהייט פונעם רבין.
 
מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז ברסלב'ע חסידות איז תלוי וויפיל מען לערנט דעם הייליגן רבינס ספרים, וואס דער רבי זאגט אז עס וועט עפענען אלע אדערן. ער וועט באקומען אמונה און צוריק קומען צום אייבערשטן.
 
דער ראש ישיבה האט שטארק מאריך געווען איבער די זאך פון תפילה וואס מיט דעם קען מען אלעס פועלן ביים אויבערשטן, זאג א ווארט צוויי ווערטער, וועסטו מיט געדולד אנקומען צו די גרעסטע מדריגות און קענען אויספירן אלע דיינע קבלות.
 
נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה.
 
דאנערשטאג נאכט, ליל הושענה רבה, האט מען גלייך נאך מעריב געליינט משנה תורה, און דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין די סוכה נעבן בית המדרש אין וויליאמסבורג. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן, ער האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפלה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל.
 
דערנאך איז מען אריין אין בית המדרש וואו מ'האט אויסגעזאגט תהלים און זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר.
 
אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב צווישן אנשי שלומינו.
 
הושענה רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים. צווישן די פילע זאכן האט דער ראש ישיבה אויך ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, אפילו ווען מ'קען זיך נישט אויסשמועסן דאס גאנצע הארץ מיט'ן אייבערשטן, זאל מען אבער שרייען צום אייבערשטן, "הושענה - העלף מיר", מ'זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל הושענה און הושענה, אזוי דארף מען איבערזאגן טויזנט מאל פאר'ן אייבערשטן, "העלף מיר, העלף מיר, העלף מיר". 
 
אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דו שפירסט זיך טרוקן און קאלט ווי א הושענה, האסט נישט קיין געפיל, דאס ווייזט אונז די הושענות וואס זעט אויס ווי די ליפן, רעד קאלטע דיבורים, ווייל דער דיבור של אמת קען פונקט אזוי זיין קאלט.
 
אויך האט דער ראש ישיבה געבעטן אז מען זאל אריינטראכטן צי מען דארף טאקע דעם טעלעפאן אזוי וויכטיג, מען זאל בעטן דעם אויבערשטן, און מאכן א חשבון הנפש, "וואס טו איך מיטן טעלעפאן?".
 
ביי די לעצטע הושענות, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן, א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין.
 
נאכ'ן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות.
 
די פילע שיעורים אין לויף פון חול המועד, קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין און אויף אונזער וועבסייט.
 
שמיני עצרת און שמחת תורה, די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים.
 
שב"ק שמיני עצרת ביי קידוש סיפורי מעשיות, האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל לאזן די עלטערע אידן זיצן אין פארנט. ווייל דרך ארץ איז די וויכטיגסטע זאך.
 
אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פון די צייט פון די הקפות וואס מען קען דעמאלטס פועלן גרויסע זאכן אין הימל. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען האט יעצט געבעטן פאר גשם וואס דאס מיינט פרנסה, זאגן חז"ל אז די שליסל פון פרנסה ליגט נאר אין הענט פון אויבערשטן. קאווערסט זיך נישט? בעט דעם אויבערשטן, בעט אים זאלסט קענען באצאלן די חובות. אויך האט דער דער ראש ישיבה גערעדט איבער נישט ספענדן קיין געלט פאר איבעריגע זאכן.
 
שמחת תורה אינדערפרי פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער לצים וואס שפעטן און מאכן וויצן פון מצוות און פון אידישקייט, און אפילו זיי גייען מיט שטריימל בעקיטשע, דארף מען זיך זייער אכטונג געבן פון זיי.
 
שמחת תורה ביי די הקפה פון אברהם אבינו מדת החסד, האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם אז די גרעסטע חסד וואס מען קען טון מיט א איד איז אים מזכה זיין מיט א קונטרס, א גליון, א קארטל, וואס וועט אים געבן לעבן.
 
ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה גערעדט זייער קורץ און געבעטן מען זאל מיטנעמען די אלע הייליגע טעג און עס איינקעשן און עס נוצן, מעביר סדרה זיין, לערנען גמרא, משניות, ועל כולם רעדן צום אויבערשטן.
 
דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר.
 
שישו ושמחו בשמחת התורה!