אין די לעצטע וואכן רעדט מען אסאך אין די נייעס פון די "סועץ קאנאל" צוליב די אומריען וואס די כוטיס טוען אנמאכן פאר די שיפן אינעם ים סוף.
 
דער קאנאל איז א מענטשליך געבויעטע וואסער וועג וואס פארבינדט דער ים סוף אדער ווי עס הייסט אויף אידיש "דער רויטער ים", מיט'ן מיטללענדישן ים. דער ים סוף איז א ים וואס קומט ארויס פונעם אראבישן ים (וואס איז אן אפצווייג פונעם אינדישן אקעאן) און שניידט אריין אינעם יבשה ביים גאלף אף עדן נעבן תימן און פארט אריין טיעף דורכפארענדיג פון די רעכטע זייט תימן און סאודי אראביע, לענדער אינעם מיטל מזרח, פון די לינקע זייט פארט עס דורך די אפריקאנער קאנטינענט די לענדער פון סאמאליע, דזשיבוטי, עריטריע, סודאן און עגיפטן (מצרים). ווען עס קומט אן קיין עגיפטן קומען ארויס ווי צוויי פינגערס פונעם ים סוף וואס די רעכטע פארט ארויף ביז ירדן און מדינת ישראל, און די לינקע קומט אן ביזן שטאט סועץ אין עגיפטן. און אינצווישן די צוויי פינגערס געפונט זיך דער גרויס מדבר הגדול והנורא מדבר סיני, דאס פלאץ וואו די אידישע קינדער האבן זיך געדרייט פערציג נאך יצאת מצרים און האבן דארט מקבל געווען די תורה פונעם אויבערשטן אויפן בארג סיני.
 
פון די אנדערע זייט האט דער אטלאנטישער אקעאן א שמאלן וואסער וועג אריין דורך גיבראלטער - שפאניע און מאראקא צום מיטטלענדישן ים צו פילע לענדער אין אייראפע ווי שפאניע, פראנקרייך, איטאלע, גריכנלאנד, טערקיי, סיריע, לבנון אוון ארץ ישראל, און פון אונטן צו די אפריקאנע לענדער פון מאראקא, אלדזשיריע, טוניזיע, ליביע, און מצרים.
 
ביז'ן יאר 1869 איידער די תקופה פון די סועץ קאנאל, פלעגן די שיפן פון אינדיען אקאעאן דארפן ארום פארן דעם גאנצן ריזיגן אפריקאנעם קאנטיענט כדי אנצוקומען צו סיי וועלכע אייראפעאישע לאנד, מען האט געדארפט אראפ פארן ביז גאנץ אונטן ווי דער לאנד סאוט אפריע געפינט זיך און דערנאך האט מען זיך געדארפט ארויף דרייען דעם גאנצן לאנגן וועג ביז גיבראלטור ווי מען איז אריינגעפארן צום מיטלענדישן ים, און פון דארט האט מען געקענט דורכהאקן איסטאמבול טערקיי צום שווארצן ים ווי די פארטן פון רומעניע, אוקריינע געפינען זיך.
 
אין יענע יארן איז מען אויפגעקומען אויפן געדאנק אז וויבאלד דער שטח פונעם מיטטלענדישער ים ביים פארט סאיד איז דא רעלאטיוו זייער ווייניג יבשה ביז'ן ים סוף אויף די אנדערע זייט, קען מען בויען א קאנאל - א וואסער וועג וואס וועט ערלויבן שיפן צו מאכן א גאר א גרויס שארט קאט צווישן די צוויי אקעאנען, און וועט שטארק נענטער ברענגען די צוויי זייטן פון די וועלט. עס האט גענומען בערך צען יאר איבערמענטשליך שווערע ארבעט - אין יענע יארן - צו בויען דעם וועג, אבער זינט דאן איז דער סועץ א געוואלדיגע הילף פאר די מיליאנען קאנטעינערס וואס ווערן כסדר געשיקט אהין אין צוריק אויף די ריזיגע שיפן.
 
יעצט האבן די כוטיס אין תימן באשלאסן אז היות דער נייער וועג גייט אוועק פון די מסורה, "אלע דורות האט מען געוואוסט אז אנצוקומען פון אינידע קיין אייראפע נעמט לכל הפחות פינף וואכן", און זיי פראטעסטירן... זיי האבן פארכאפט אן אמעריקאנער שיף וואס איז אפגעפארן פון וועג, און זיי האבן שוין פרובירט צו שיסן מיסלס אויף עטליכע אנדערע. 
 
מיר דערשרעקן זיך נישט פון די כוטיס. מיר וועלן ווייטער נוצן דעם געשמאקן שארט קאט וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגראבן, דער שארט קאט וואס פירט א מענטש צום אויבערשטן גלייך. וואו ווייט איז די מויל פון הארץ? וועלן מיר עפענען דאס הארץ און רעדן עטליכע דיבורים צום אויבערשטן. דאס פירט אונז צום אלטן וועג וואס אונזערע אבות אברהם יצחק און יעקב זענען נאך געגאנגען.
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן כיד ה' הטובה עלינו.