גרשון קרעמער
 
די האפענונג אין אוקראינע אז די ענדע פון זייער מלחמה מיט רוסלאנד איז נאנט האט זיך שטארק געהויבן נאך די אנטוויקלונגען אין די לעצטע טעג.
 
אנגעהויבן האט זיך עס מיט די טראמפ פוטין סאמיט אין רוסלאנד פארגאנגנעם ערב שבת קודש אין אנקארדזש אלאסקע, ווי פוטין האט געשפילט אביסל ווייכער און מער וויליג צו ענדיגן די מלחמה, אבער נאר אויב אוקראינע איז מסכים אויפצוגעבן אויף צוואנציג פראצענט פון זייער לאנד, דהיינו קריימיע און דאנבאס.
 
און נאך מער היינט ווען עס איז פארגעקומען א היסטארישער מיטינג אינעם אוועל אפיס, ווי די פירער פון פילע לענדער זענען געקומען אינאיינעם מיט - און אין שטיצע פון - אוקריינע, דורכצושמועסן וויאזוי מען קען מאכן א דיעל צווישן אוקראינע און רוסלאנד, אויף וואס אלע זאלן מסכים זיין.
 
דער זיצונג, אין וועלכע עס האבן זיך באטייליגט, די פירער פון אמעריקע, אוקריינע, גרויס בריטאניע, דייטשלאנד, איטאליע, פראנקרייך, פינלאנד, די אייראפעאישע קאמיסיע, און נאטא איז געווען אסאך מער פריינטליך צו זעלענסקי, אין פארגלייך צום פריערדיגן באזוך פון אים אינעם ווייסן הויז.
 
טראמפ האט ארויסגעוויזן א שטארקע פריינטשאפט צו זעלענסקי, און זעלענסקי האט כסדר באדאנקט טראמפ, בשעת די פארהאנדלונגען. מען האט צווישן אנדערע גערעדט איבער זיכערהייטס גאראנטיען פאר אוקריינע, און איבער א געדאנק פון א דריי שפיציגע זיצונג צווישן טראמפ, פוטין און זעלענסקי.
 
מיר חסידי ברסלב וועלכע גרייטן זיך אין די טעג צו פארן צום הייליגן רבינס ציון קיין אומאן, וועלן ווייטער בעטן דעם אויבערשטן אז עס זאל זיין שלום איבעראל, סיי צווישן רוסלאנד און אוקריינע, וואס וועט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אויך אפעקטירן און פארגרינגערן די נסיעה קיין אומאן, און אויך צווישן אידישע קינדער.
 
אבער בעיקר וועלן מיר בעטן אז מיר זאלן זיין בשלום מיט'ן אויבערשטן, מיר זאלן אננעמען זיין ממשלה אויף זיך. ווען מיר זאגן אין די הייליגע טעג "וידע כל פעול כי אתה פעלתו" וועלן מיר בעיקר אינזין האבן יעדער אויף זיך, "באשעפער העלף אז גרשון קרעמער זאל שוין וויסן און געדענקען אז דו מאכסט אלעס".
 
אזוי אויך וועלן מיר מתפלל זיין מיר זאלן מאכן שלום מיט זיך אליינס. איך זאל אויפהערן זיין מיין אייגענע מתנגד. איך זאל שוין אננענעמען זיך אזויווי דער אויבערשטער האט מיר געמאכט, און אנהייבן קוקן גוט אויף זיך. דער רבי זאגט אין תורה רפ"ב, אז מיר דארפן אנקוקן יעדן איד גוט, אפילו דער ערגסטער מענטש, דער רבי ענדיגט נישט צו "אויסער אויף זיך"...
 
אז מיר וועלן אנקוקן זיך אליינס מיט א גוט אויג, וועלן מיר אליינס אויך ווערן בעסער אידן, און מיר וועלן זען ווי עס ווערט ביי אונז אליינס מקוים דער פסוק "ועוד מעט ואין רשע", איין פיצעלע פלאץ ווי איך בין נישט קיין רשע, "והתבננת על מקומו, ואיננו", מען קוקט אויפן פלאץ ווי ער איז געווען, און ער איז מער נישט דארט. ווייל אויב מיר וועלן זיך באנוצן מיט די עצה פון "קוקן גוט", קען מען זוכה זיין ארויפצוגיין צו די העכסטע מדרגות.
 
זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער קען מען לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com.