סוקסעספולע מסיבה אין בארא פארק לטובת די ברסלבע כולל
כה שבט תשע"ט 📝
נעכטן מיטוואך אווענט, ווען אין גאס האט געהערשט א סיבירישע קעלט פון עטליכע ציפערן אונטער זערא, מיט בוזשעווענדע ווינטן וואס האבן געמאכט שפירן די קעלט ווי 20-30 אונטער זערא, האט אין שטוב פון מו"ה יצחק משה רייך הי"ו געהערשט א ווארימע הייסע אטמאספער, ווען א ריזיגע ציבור אידן פון אינג און אלט, פון אלע קהלות הקודש פון בארא פארק זענען געקומען זיך ווארעם באטייליגן ביים "טיי אווענט" וואס איז גערופן געווארן דורך מו"ה יואל מאשקאוויטש הי"ו און מו"ה יצחק משה רייך הי"ו, צוזאמען מיט די הילף פון מו"ה יענקי פיש הי"ו, מו"ה יענקי יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו.
"איך קען דיר זאגן איין זאך" האט אונז ר' יואל מאשקאוויטש געזאגט "די פינאנציעלע און מאראלישע חיזוק וואס דער ברייטער ציבור האט אונז נעכטן געגעבן, האט מיר ממש איבערגענומען".
די אלע אידן זענען געקומען דורך בלויז א טעלעפאן רוף וואס זיי האבן באקומען, אדער דורך א קליין צעטעלע וואס איינער האט זיי געגעבן אין בית המדרש, אויסער דעם איז בכלל נישט געווען קיין אדווערטייזמענטס.
דער מסיבה איז געקרוינט געווארן אלץ א קנאקעדיגער סוקסעס לויט אלע דיעות, עס איז אריינגעקומען א גאר גרויסער סכום געלט מער פון אלע ערווארטונגען, עס זענען געקומען א ריזיגע ציבור פון אלע עידזשעס און פול אלע קרייזן.
עס זענען געווען צוגעגרייט שיינע געדעקטע טישן, דער עולם האט געשטראמט ביז שפעט אין די נאכט שעות. אויך האט מען געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך פערזענליך משתתף געווען פון 11:30 ביז 1:30.
עס איז געווען צוגעשטעלט ווארימע זופ, ווארימע טיי, און ווארימע קוגל זיך אנצואווארימען די פארפרויענע ביינער, פון די שרעקליך קאלטע וועטער אין גאס. דערנאך איז געווען שיין צוגעגרייט אויף די טישן פארשידענען געשמאקע מעדנים און מטעמים, פון וואס דער עולם האט טועם געווען.
טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף
בילדער