די סטעיט האט אונטערגענומען א גרויסן מולטי-מיליאן דאלאר פּראָיעקט איבערצומאכן א שטרעקע פון כמעט 8 מייל אויפן באקאנטן "סטעיט רוט 17" הייוועי (די 17). דער שאסיי שניידט דורך א גרויסן טייל פון ניו יארק סטעיט, אנגעהויבן פון אונטן ביי די ניו זשערסי גרעניץ ארויף צום קרית יואל געגנט, און ציט זיך ווייטער אַפּסטעיט ביז די פענסילוועניע גרעניץ.
 
דער הייוועי טראגט אויף זיך א געשאצטע צוואנציג טויזנט קארס טעגליך דורכאויס די פארנומענע זומער וואכן. צווישן די זאכן וואס וועלן פארבעסערט ווערן, איז דאס איבערפלאסטערן דעם ראוד, לייגן נייע קאנקריט דזשוינטס, אינסטאלירן נייע גייד-רעילס, זיכערהייט סיינס, און "ראמבל סטריפּס". אזוי אויך וועלן איבערגעמאכט ווערן די רעמפּס ביי די עקזיטס 98, 99, 100, 100A, און שארט עוועניו.
 
די ארבעט ווערט געשאצט צו דויערן צוויי קאנסטראקשען סעזאנען, און מען האפט עס צו ענדיגן אינעם ווינטער פון יאר 2027 למספרם. די סטעיט האט געמאלדן אז זיי וועלן זיכער מאכן צו האלטן כאטש איין לעין אפן בשעת די ארבעט, אבער מאטאריסטן דארפן זיך רישן אויף צייטווייליגע טראַפיק שוועריקייטן אויפן הייוועי און ביי די רעמפּס.
 
דאס איז א געוואלדיגע נייעס פאר די איינוואוינער פון שטעטל, אז די רעגירונג נעמט זיך ענדליך פאררעכטן דעם גרויסן הייוועי. אבער בשעת מען פלאסטערט די ראודס, דארפן מיר זיך אפשטעלן און דאנקען דעם אויבערשטן אז ער האט אונז געגעבן אזא שיינע גלאטע ראוד צום גיין אינעם טעגליכן לעבן.
 
דער אויבערשטער האט אראפגעשיקט די נשמה פונעם הייליגן רבי'ן וואס האט אונז אויסגעלערנט אזא זיסן און שיינעם וועג, און געוויזן אז "לא בשמים היא" – די תורה איז נישט אין הימל, נאר "כִּי קָרוֹב אֵלֶיךָ הַדָּבָר מְאֹד בְּפִיךָ וּבִלְבָבְךָ לַעֲשֹׂתוֹ". יעדער איינער קען צולייגן אביסל הארץ, עפענען דאס מויל און רעדן צום באשעפער, און דאס איז פונקטליך וואס דער אויבערשטער וויל פון אונז.
 
דער סמ"ך מ"ם וויל אונז איינרעדן אז פארן אויף א צוהאקטן וועג מיט לעכער און באמפּס איז עפעס א סארט פרומקייט. ער וויל מען זאל מיינען אז דער אויבערשטער וויל א מענטש זאל גיין צושלאמפערט און שמוציג, זיך נישט וואשן, און ליגן אין מרה שחורה. דער רבי קומט אונז אבער לערנען אז דאס איז בלויז א מעשה יצר צו טראכטן אזוי.
 
עס שטייט "משנכנס אב ממעטין בשמחה", און אזוי אויך "משנכנס אדר מרבין בשמחה". שטעלט זיך די שאלה: פארוואס זענען דא גאנצע בלעטער אין שולחן ערוך און אין די פוסקים מיט הלכות איבער די דיני אבילות פון חודש אב, אבער עס זענען נישטא קיין הלכות איבער וויאזוי מקיים צו זיין די דיני שמחה אין חודש אדר?
 
קען מען אפשר ענטפערן, אז דאס איז ווייל שמחה דארף מען פראקטיצירן מיט יעדע מעגליכע מיטל וואס מ'קען נאר. דער רבי זאגט אז מען דארף זיך פרייליך מאכן אויף סיי וועלכן אופן עס לאזט זיך, ווייל וואס מער שמחה אלס בעסער. ווידער דיני אבילות, דאס איז ווי א "קאנטראלד מעדיקעישאן"; מען טאר נישט נעמען דערפון וויפיל מען וויל אדער וויאזוי מ'וויל, נאר מען מוז האבן קלארע, פונקטליכע גיידליינס.
 
דער רבי חזר'ט איין אז עס איז אסאך גרינגער חלילה אריינצופאלן אין א מרה שחורה דרוך עצבות, ווי איידער אנצוקומען צו הוללות דורך צופיל שמחה.
 
לאמיר זיך צוהערן צום הייליגן רבי'ן וואס ווייזט אונז אזא שיינעם, גלאטן, און געשמאקן וועג: מען קען, און מען מוז, דינען דעם באשעפער מיט שמחה!

 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.