סיום און התחלת ששה סדרי תוספתא
כ חשון תשפ"ה 📝
קומענדיגן מאנטאג פרשת תולדות וועלן פילע אנשי שלומינו זוכה זיין צו מסיים זיין סיום ששה סדרי תוספתא מיט'ן סדר פון די קהלה, וואס מיט דעם זענען פילע אידן זוכה צו ענדיגן א בי"ת נצחי, אן אייביגע הויז, אין וואס זיי וועלן קענען וואוינען און זיך באשיצן מיט הרחבת הדעת און שלוות הנפש אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, און גלייך א טאג שפעטער, דינסטאג תולדות, הויבט מען דעם פיר און צוואנציגסטע מחזור פון תוספתא יומי, מען הויבט אן דעם ערשטן פרק, ברכות פרק א'.
שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב. אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, און שפעטער האט דער ראש ישיבה שליט"א צוגעלייגט אויך די לימודים פון א פרק רמב"ם און צוויי פרקים נ"ך יעדן טאג.
מען זעהט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם. און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פארן מענטש אויף אייביג.
מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זעהן אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט.
אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת.
דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן סימן ע"ו), א וועג צו לערנען, וואס איז געאייגנט פאר יעדן איינציגן איד, אין יעדע צייט, און אין יעדע מצב. מען קען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט און אפילו מען געדענקט נישט וואס מען האט געלערנט. עס הערט זיך מאדנע צום ערשטן מאל, אבער אז מען פרובירט עס אויס זעט מען די געוואלדיגע תועלת און הצלחה וואס מען באקומט דערפון, טעמו וראו כי טוב ה', מען דארף עס פרובירן צו שפירן די געוואלדיגע זיסקייט פון די הייליג תורה, מען איז זוכה צו לערנען גאר אסאך די הייליגע תורה, און מען קען איבערקומען פילע שוועריקייטן וואס דער יצר הרע שטעלט אונטער אז מען זאל נישט לערנען יעדן טאג כאטש אביסל תורה.
דער נייער מחזור אין תוספתא ברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים.
📖 הערליכע סעט תוסתפא ארויסגעגעבן דורך תלמידי מוהרא"ש זי"ע