סיום בבא בתרא התחלת סנהדרין אין מאנסי מיטן ראש ישיבה שליט"א
טז כסלו תשפ"ה 📝
עס הערשט א גרויס שמחה ביי אנשי שלומינו ווען מען איז יעצט זוכה צו ענדיגן דעם צוויי און צוואנציגסטן מסכת אין ש"ס, דער לאנגער שיינער מסכת בבא בתרא, און מ'הייבט אן דער פרישער הערליכער מסכת סנהדרין. מיר האבן שוין זוכה געווען דורכצולערנען איבער 1,700 בלאט גמרא, און מיר האבן נאך צו גיין בערך 900 בלאט צום גרויס סיום הש"ס.
ביי יעדן אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש ז"ל פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס און גלייכצייטיג דורכגיין כל התורה כולה.
ווען מען האט אנגעהויבן צו לערענען ש"ס אינאיינעם נאכן גרויסן שבת התוועדות אום חודש טבת תש"פ, מיט פינף יאר צוריק האבן הונדערטער אנשי שלומינו זיך מיטגעכאפט מיט'ן וואגן, און טאג איין טאג אויס לייגן זיי זיך נישט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. איז עס א געוואלדיגע שמחה אז מען האלט שוין דא.
אנשי שלומינו פון מאנסי בעטן שוין פון ראש ישיבה שליט"א א לאנגע צייט ער זאל קומען מחזק זיין. יעצט ווען מען האלט ביים סיום פון דעם גרויסן מסכת, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז דאס איז א גוטע געלעגענהייט צו קומען קיין מאנסי און דארט אפרעכטן דעם סיום.
די געטרייע גבאים מו"ה שמעון עוזר מיטלמאן הי"ו און מו"ה הערשל זאבעל הי"ו האבן זיך אריינגעלייגט צו מסדר זיין דעם סיום, און בעזרת השם וועט זיין צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם שמחה פון מסיים זיין מסכת בבא בתרא און התחלת מסכת סנהדרין.
אלע אנשי שלומינו האבן גענומען אן אקטיווע חלק אין צוגרייטן, בפרט האט די לעידיס אקוזילערי גענומען אויף זיך די עיקר חלק אין די הכנות. עס קומט זיך אויך א דאנק פאר מו"ה פייוול ראזענוואסער הי"ו פון "קרעיוו סאוער דאו" און פאר מו"ה יצחק אהרן וויינבערג הי"ו וואס האבן מנדב געווען א גרויס חלק פון די סעודה.
דער סיום וועט פארקומען אינעם בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אויף 34 יוניאן רד. אין ספרינג וואלי. מעריב וועט זיין אום 7:45 און נטילת ידים וועט זיין בעז"ה 8:00. ווי געזאגט וועט מאנסי האבן די זכי' און געלעגענהייט אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך באטייליגן און אויפטרעטן מיט דברי חיזוק והדרכה.
עס ווערן ערווארטעט אסאך געסט פון אנשי שלומינו פון מאנסי און פון די אומגעגענט, און אזוי ווי עס איז נישטא קיין פארקינג ביים בית המדרש, די ווילידזש שלעפט אוועק קארס וואס פארקן אויפן ראוד, אזוי אויך איז נישט ערלויבט צו פארקן אין פריוואטע אדער פאבליק (בתי מדרשים אדער שמחה זאלן) פלעצער אין די געגענט, האבן די גבאים מסדר געווען א באגרענציטע צאל פארקינגס ביי א נייע דירות קאמפלעקס וואס איז נאכנישט באוואוינט אויף 17 יוניאן רד. אויב דאס וועט שוין זיין פיל זאל מען פארקן אויף די ארומיגע גאסן. מען בעט מען זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים וואס זענען געשטלעט געווארן דערויף.
דער סיום איז נישט נאר פאר דער וואס האט זוכה געווען און געלערנט ביז יעצט, ווייל מען האט נאך נישט פארפאסט, איר קען יעצט אנהייבן דעם פרישן מסכת, און און זיבן א האלב יאר ארום ווען מען וועט ווידער האלטן ביים סיום מסכת בבא בתרא וועט איר זוכה זיין צו ענדיגן ש"ס. עס זענען דא אידן וואס האבן זיך גע'ישוב'ט זיבן א האלב יאר צוריק, און האלטן נאך אלץ ביים זעלבן פלאץ, יעצט ווען דער באן קומט אן צו א סטאנציע, כאפט אייך ארויף אויפן באן, איר וועט נישט חרטה האבן!