פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט איז געווען א יום טוב ביי די תלמידי הישיבה ווען א הב' מרדכי לייב טירנויער הי"ו האט זוכה געווען נאך זיין ווייניגער פון א יאר זיין אין ישיבה צו מסיים זיין גאנץ ש"ס.
 
דער עולם איז זיך צוזאם געקומען מען האט זיך מיטגעפרייט, דער ראש ישיבה האט געזאגט א שיינע שיעור און האט ארויסגעברעגנט ווי א בחור האט זוכה געווען אין די קורצע צייט אזויפיל צו לערנען, יעדע חודש ענדיגט ער משניות, תיקוני זוהר, און ליקוטי מוהר"ן.
 
אויסערדעם וואס ער איז פון די גרעסטע מפיצים, וואס גייט ארום כסדר און פארשפרייט די זיסע עצות וואס ער האט געטראפן, אז אויך אנדערע אידן זאל זוכה זיין צו געניסן פונעם נחל נובע מקור חכמה, און קענען לעבן דעם זיסן לעבן מיט די תורה מיט די אייבישטער וואס ער האט זוכה געווען דורך א ספר.
 
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מיינטס נישט אז נאך די אלע זאכן די פילע בלעטער גמרא, פרקים משניות און די אלע אנדערע לימודים וואס ער לערנט יעדן טאג, און אויסער דעם וואס ער גייט יעדן טאג אסאך הפצה אז ער האט נישט קיין צייט צו שפילן, שמועסן און פארברענגען. ער איז א בחור וואס מאכט פרייליך אלע ארומיגע, קען אויסהערן א צווייטן, שמועסן.
 
דער ראש ישיבה האט מכבד געווען דעם חתן הש"ס מרדכי לייב צו זינגען א ניגון וואס ער האט פארפאסט צו זיין סיום הש"ס.
 
לחיבת הקודש וועלן מיר דא אראפברענגען דעם גאנצן ניגון ווארט ביי ווארט. מען קען עס מיטהאלטן סיי אויפן וועבסייט דא ביי די אפטיילונג פון די שיעורים, אזוי אויך אויפן טעלעפאן קול ברסלב ביי די שיעורים פון די אינגעלייט.
 
❞ראוי לאדם שיעבור וילך בזה העולם
בכל הספרים הקדושים וללמוד כולם
כדי שיכול להתפאר בעולם הזה שהיו בכל מקום בעולם הזה
וסיפר עמנו הרבה הרבה בענין זה
שטוב ללמוד במהרות ובלי לדקדק
ואמר שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד
לומר הדברים כסדר וממילא יבין
 
איז געקומען מוהרא"ש - און לעובדה ולמעשה פאר אונז געמאכט
פאר גאנצע פופציג יאר - פון דעם געשריבן און גערעדט
געווען שטארק מיט דעם - אפילו גאר אסאך פון אים געלאכט
תלמדי חכמים - שוין געווארן און נאך אסאך וועט
 
תורה הקדושה, תורה הקדושה
אביי ורבא, אביי ורבא קדישא
 
הייב אן זאגן - די גמרא
הער אויף קלאגן - אז עס האט נישט קיין סברא
דער רבי זאגט מען דארף נישט פארשטיין
אן קיין חזרה - מיט א ניגון
א חשבון א קלארע - ווען אין קבר וועסט ליגן
דעמאלטס מיט דיר די תורה וועט מיטגיין
 
ס'האט נישט גענומען לאנג - דאך עס שפירט נישט וואר
און הדרן עלך זינג איך אויף תלמוד בבלי
נאך פיל יגיעות און מניעות - במשך אפאר יאר
ביי מיין סיום הש"ס צום באשעפר זינג איך הללו
 
פיל גוט אידן געקומען צו מיר - געמאכט מיט די הענט
נע, מ'האט נישט געהאלטן - געגעבן א לאך
חברותות אינגעלייט - היינט קענט עטס רעדן צו די ווענט
נאר מיטן סדר דרך הלימוד זאגן אסאך
 
ווייל ס'איז שווער - פון אנהייב אלעס צו פארשטיין
דעמאלטס פאלג די צדיקים - און נעם דעם רבניס וועג
אז דו לערנסט טיף - די שווערע סוגיות דו בויעסט אויף מיט חן
קענסטו דאס נוצן - ווען עס גייט דורך שווערע טעג
 
תורה הקדושה, תורה הקדושה
אביי ורבא, אביי ורבא קדישא
 
תהלים חומש משניות כמה וכמה פעמים - בבלי ירולשמי תוספתא נ"ך
רמב"ם מדרש טור שולחן ערוך - זוהר הקדוש תיקוני זוהר און רבינ'ס זאך
 
די כח פון תורה איז אזוי גרויס - האט דער רבי צו רבי נתן געגעבן א שריי
 
אפילו א מענטש וואס ליגט טיף אין שאול - לערנען כך וכך צוריק קומען ווי ניי❝