א הערליכע סיום איז פארגעקומען אין קעמפ "אילן החיים" פארגאנגענעם מיטוואך פרשת בלק, ווען הבחור בנימין זאב זוסמאן נרו יאיר וואס וואוינט אין קרית ברסלב ליבערטי האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
 
בנימין זאב האט אנגעפאנגען צו לערנען ש"ס כסדרן צוויי אהאלב יאר צוריק, בשעת גאנץ כלל ישראל האט נאכאמאל אנגעהויבן לערנען ש"ס א דף א טאג, בנימין זאב האט נאך דאן געוואוינט אין קרית טאש אין קאנאדא, און האט דארט גוט אויסגעניצט די צייט און געלערנט איין בלאט נאכן צווייטן אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס, אסאך טעג פלעגט ער לערנען איינס אדער צוויי בלאט, און אסאך טעג האט ער געלערנט אסאך מער בלעטער גמרא.
 
יעצט האט ער זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, אלס אינגער בחור פון דרייצן יאר, א זאך וואס מען הערט נישט אזוי אפט, און דאס איז גאר גרויסע נייעס, וואס ווייזט פאר יעדן איד אז די תורה איז אפן פאר יעדן איינעם, אנגעהויבן פונעם קלענסטן און געענדיגט ביים גרעסטן, יעדער קען זוכה זיין צום כתרה של תורה.
 
דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען זיך באטייליגן ביים סיום וואס איז געפראוועט געווארן אין קעמפ, צוזאמען מיט אלע קינדער וואס האבן צוגעקוקט וויאזוי זייער חבר האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און געמאכט א קנאת סופרים, אז אלע זאלן שטרעבן אויך זוכה צו זיין דערצו
 
צוערשטא האט דער אינגער "חתן תורה" הב' בנימין זאב געמאכט דעם סיום, דערנאך האט מען געזינגען צוזאמען ניגונים פון תורה, דערנאך האט זיין טאטע מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו גערעדט אפאר ווארימע ווערטער פון הארץ, און געדאנקט דעם אייבערשטן ברבים פאר די לעכטיגע מתנה וואס ער האט אים געשאנקען אז זיין זון האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
 
דערנאך האט מען געהערט א הערליכע שמועס פונעם ראש ישיבה, וואס האט ארויסגעברעגנט לשבח פון בנימין זאב וואס לערנט אזוי פלייסיג יעדן טאג, און אויך הערט מען צוריק גוטע גריסן אז די קינדער לערנען גוט, און מען שפילט גוט, און מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן, און דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן מיט א מורא'דיגע לשון "איך בין זיכער אז מוהרא"ש קוקט אראפ פון הימל און האט מורא'דיגע נחת אז ער האט איבערגעלאזט אזא שיינע קהילה, אזא שיינע תלמוד תורה, אזא שיינע מחנה."
 
ביים סוף האט דער ראש ישיבה געזאגט "קינדער, קוים איז מען געקומען אין קעמפ, און מען גייט שוין באלד אהיים, מען גרייט זיך שוין צו פארן אויף אומאן צום הייליגן רבי'ן, דארפט עטץ זען אויסניצן די צייט צו זאגן פרקים משניות און דפים גמרא. אין קעמפ דארף מען זיך פארטראגן מיט יעדן קינד, מען דארף זיין "ברסלב - לב-בשר" א ווייך הארץ צו א צווייטן איד."
 
דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט: "פארוואס פאסט מען שבעה עשר בתמוז? נאר וועגן מען האט זיך נישט ליב געהאט, מען דארף ליב האבן א צווייטן אפילו יענער איז נישט דיין סטייל, ער טוט אן זיין גלעזער אויף די פיאות, און דו טוסט אן די גלעזער אינטער די פיאות, אים דארפסטו אויך ליב האבן". "א איד איז אמאל געקומען צו זיין רבי אז ער האט געענדיגט לערנען גאנץ ש"ס, האט אים דער רבי געזאגט "און וואס האט ש"ס 'דיר' געלערנט? מען דארף זען צו האבן גוטע מדות דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע לערנען תורה א גאנץ לעבן, נישט אפלאזן די משניות און די גמרא."
 
תורת השם תמימה משיבת נפש