א גאר רירענדע מעמד סיום הש"ס איז פארגעקומען פארגאנגענעם ליל ששי (פרשת עקב) ווען הילד החשוב נחמן נתן נרו יאיר א זון פון ראש ישיבה שליט"א האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס נאך אפאר יאר הארעווען און לערנען יעדן טאג בלעטער גמרא פון די אייגענע צייט, פאר אדער נאך חדר.
 
אלע קינדער פון אינגל קעמפ זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט נחמן נתן'ס שמחה, קודם האט מען געזינגען עטליכע שיינע ניגונים איבער די גרויסקייט פון די תורה, דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן הייליגע ווערטער פונעם טאטן פונעם חתן התורה - דער ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט מלא התרגשות פונעם גרויסן זכי' וואס ער האט אז זיין זון - נאך פאר די בר מצוה - האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, און האט ארויסגעברענגט אז דאס איז געווען דער רצון פון הייליגן רבי'ן אז אלע זאלן ענדיגן ש"ס, און אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז דורכדעם וואס א איד איז זוכה צו ענדיגן ש"ס איז מען ממשיך אויף זיך א צלם אלקים. דער ראש ישיבה האט פארציילט אז מוהרא"ש האט טאקע אזוי איינגעפירט אין תלמוד תורה אין יבנאל אז אלע אינגלעך זאלן ענדיגן ש"ס אויף די בר מצוה.
 
דער ראש ישיבה האט געשריבן א שיינע בריוו ווי ער לאדענט איין דעם עולם צום סיום אט איז דער בריוו:
 
איך וויל דיר איינליידענען צו די סיום הש"ס פון מיין זון הילד נחמן נתן נרו יאיר היינט נאכט אום ניין אזייגער, וואס וועט פארקומען אינאיינעם מיט די וועכנטליכער ליל שישי שיעור אין ישיבה, אין שטעטל. די ווייבער שול וועט זיין אפן.
 
איך וואונטש דיר דו זאלסט אויך זוכה זיין צו אזא זאך, זיצן ביי דיין זון'ס סיום הש"ס און ביים סיום הש"ס פון דיינע אייניקלעך. די הרגשה איז נישט צום באשרייבן; וואס נאך דארפן עלטערן מער פון נחת ביי די קינדער, זען ווי זיי לערנען און דאווענען.
 
כי הם חיינו ואורך ימינו