סיום הש"ס פון הרבני הנגיד מו"ה שבתי מזרחי הי"ו געפראוועט אין קעמפ
כה אב תשע"ח 📝
זונטאג איז פארגעקומען א שיינע סיום אינעם קעמפ, ווען הרבני הנגיד מו"ה שבתי מזרחי הי"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, עס זענען זיך צוזאם געקומען ידידים און קרובי המשפחה, זיך מיטצופרייען מיטן בעל שמחה.
מען האט זיך געזעצט צו א סעודה, און מ'האט געזונגען שיינע ניגונים.
צו ערשט האט דער בעל שמחה מו"ה שבתי הי"ו אויפגעטרעטן, און געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן דורכזאגן גאנץ ש"ס, און ער האט געדאנקט זיינע עלטערן און שווער און שוויגער און בפרט זיין אשת חיל וואס האבן אים געגעבן חיזוק און שטיצע די אלע יארן.
נאכדעם האבן גערעדט עטליכע ידידים און באגריסט ר' שבתי'ן וועלכער געט זיך אזויפיל אוועק פאר'ן ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, און בפרט פארן קעמפ.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט עטליכע ווערטער ווי ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון ענדיגן ש"ס, ווי דער הייליגער רבי זאגט, אז ווען מ'ענדיגט ש"ס באקומט מען א "צלם אלוקים". דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי ער האט אמאל געזען ר' שבתי אהיים קומען פון די ארבעט אויסגעמוטשעט אום 3:00 פארטאגס, און האט אים געזאגט "לייג דיך שלאפן, עס איז שפעט", האט אים ר' שבתי געענטפענט "איך האב נאך נישט געענדיגט מיינע שיעורים, איך קען מיך נאך נישט לייגן שלאפן".
מ'האט געזינגען שיינע ניגונים איבער די גרויסקייט פון תורה, און זיך געפרייט מיט די גרויסע שמחה.
שישו ושמחו בשמחת התורה
בילדער פונעם סיום הש"ס
דרשה פונעם ראש ישיבה ביים סיום הש"ס