סיום הש"ס אין ישיבה דורך מו"ה יודל דעפריס הי"ו פון קענווי איילענד, ענגלאנד
י אלול תשע"ט 📝
נעכט מאנטאג תצא איז פארגעקומען א שיינע סיום הש"ס אין ישיבה ווען מו"ה יודל דעפריס הי"ו איז געקומען צו פארן מיט זיין משפחה און עלטערן צו מאכן זיין סיום הש"ס ביים ראש ישיבה שליט"א אין ישיבה.
דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אלעס האט זיך אנגעהויבן פונקט עלף חדשים צוריק אום שב"ק ט' חשון תשע"ט, ווען ער איז געקומען צו פארן צו שמועסן מיטן ראש ישיבה, און דער ראש ישיבה האט אים מחזק געווען ער זאל נעמען אויף זיך דעם רבי'נס סדר דרך הלימוד, און ער האט עס גענומען מיט א שטארקייט, און יעצט פונקט עלף חדשים שפעטער איז מען זוכה אז מען שטייט שוין דא ביי א סיום הש"ס.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז כאטש אנדערע וועלן חוזק מאכן פונעם הייליגן סדר דרך הלימוד "וואס? דו דאווענסט גמרא?", אבער ווען א מענטש קוקט מיט אן אמת'ע אויג, און ער קוקט זיך אן וויאזוי ער האט שוין אלעס פרובירט און עס גייט דורך טעג, וואכן און יארן, און כאטש די "פיקטשער" זעט אויס שיין, ער האט א "חברותא", אבער מען לערנט נישט, צי ווייל מ'שמועסט, צי ווייל די קאפ איז נישטא, א.א.וו. און ווען א מענטש מאכט זיך א חשבון הנפש, און ער הערט דעם הייליגן רבינס ווערטער אין שיחת הר"ן סימן ע"ו, אז "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד", דאס הייסט אז "מען דארף נישט מער ווי זאגן די ווערטער ווען מ'לערנט", און ער פרובירט עס אויס, דארף ער שוין גארנישט מער פון דעם, ער ווערט צוגעקלעבט צו די תורה, ער לערנט דורך כל התורה כולה אין א קורצע צייט, און ער הייבט אן צו באמערקן צוביסלעך אז ער פארשטייט דאס לערנען אפילו מיטן בלויז זאגן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעווינטשן פאר ר' יודל'ס עלטערן וואס זענען זיך אויך געקומען זיך באטייליגן אסאך נחת פון אלע קינדער.
דערנאך האט ר' יודל פאטער הרה"ח ר' אליעזר מרדכי שליט"א אנגעווינטשן פאר זיין זון און פארן ראש ישיבה שליט"א ער זאל האבן הצלחה מיט די תלמידים.
דערנאך האט ר' יודל אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז דער ראש ישיבה שליט"א'ס ווערטער זענען נישט עפעס א בלויזע "טעאָריע", נאר מיר דארפן עס נעמען לעובדא ולמעשה, נעמען די משניות און זאגן פרקים, און דאס וועט אונז ארויסנעמען פון אלע פראבלעמען, אזוי אויך רעדן צום אייבערשטן, און האט זיך באדאקנט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.
דערנאך האט מען געזונגען שיינע ניגונים לכבוד די מאורע.
תורת ה' תמימה משיבת נפש