א גרויסע שמחה הערשט ביי אלע אנשי שלומינו דעם היינטיגן טאג מאנטאג פרשת שופטים, מען דאנקט דעם אויבערשטן שהחיינו וקיימנו אז מען האט זוכה געווען אז מען האט מסיים געווען און אריינגענומען אין זיך נאך א גאנצע מסכת, מען האט זוכה געווען  אז פאר ניינציג טעג האט מען יעדן טאג געלערענט א דף  גמרא. און ווי אביי בארימט זיך אין מסכת שבת (קי"ח ע"ב) "אמר אביי, תיתי לי דכי חזינא צורבא מרבנן דשלים מסכתיה עבידנא יומא טבא לרבנן" אז ווען א תלמיד האט מסיים געווען א מסכת האט ער געמאכט א יום טוב פאר די תלמידים, וועלן אנשי שלומינו מאכן א יום טוב יעדער ביי זיך אין שטוב, אריינעמען די ווייב און קינדער אין די גרויסע שמחה, אריינברענגען אין שטוב א ליבשאפט צום אויבערשטן און א ליבשאפט צו די תורה.
 
לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא איז א זאך וואס מאכט פרייליך א איד, עס פילט אים אן מיט צופרידנהייט, עס מאכט געזונט א מענטש ברוחניות ובגשמיות. אויב טראכט א מענטש, "איך בין נישט געמאכט צו ענדיגן ש"ס, דאס איז אפשר געמאכט פארן רב, פארן דיין", לאמיר זען וואס רש"י לייגט צו דארט אין די גמרא, רש"י טייטשט דאס ווארט "דשלים מסכתיה - שגרסה", אז ער האט עס געזאגט, און דאס איז א זאך וואס יעדער קען בכל מצב שהוא, דאס איז איינע פון די זיסטע מתנות וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער לעכטיגער "סדר דרך הלימוד" (עיין שיחת הר"ן סימן ע"ו) וואס דער רבי ברענגט דארט ארויס אז מען זאל לערנען זייער שנעל, און אפילו בלויז זאגן די ווערטער, ווייל מען וועט עס ממילא פארשטיין, און אויב נישט ביים ערשטן מאל, דעמאלטס וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און דער רבי פירט אויס "און אויב מען וועט עס בכלל נישט פארשטיין, וואס איז?" דער רבי זאגט אונז אז אויף יענער וועלט וועט מען שוין דערמאנען און פארשטיין אלעס וואס מען לערנט דא אויף דער וועלט. דערפאר דארף מען נישט קוקן צי מען האט א קאפ, צי מען האט געדולד, צי מען פארשטייט, צי מען איז טרוד, יעדער קען זוכה זיין לכתרה של תורה, און ענדיגן גאנץ ש"ס.
 
ביים ראש ישיבה שליט"א האט מען נעכטן געפראוועט א שיינע סיום נאכן שיעור וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר דעם יעדן אינדערפרי אכט אזייגער אונטן אין וואלד אונטער'ן בית המדרש אויף האשקי, א הערליכע שיעור באגלייט מיט אסאך שיינע התחזקות פאר און נאכן שיעור. דער ראש ישיבה שליט"א רופט דער פלאץ "גן עדן התחתון", זאגענדיג אז  "ווען מ'לערנט האט מען גן עדן".
 
נאכן שיעור א האט מען געפראוועט א שיינע סיום, מען האט זיך געוואשן, און דער ראש ישיבה האט גערעדט עטליכע ווערטער פון די דרך הלימוד און געזאגט אז ווער עס פרובריט עס אויס ווערט אויפגעראכטן, ער הייבט אן אויסצונוצן די צייט מיט תורה.
 
🎦 סיום ביים ראש ישיבה שליט"א
 
כי הם חיינו ואורך ימינו