מוצש"ק פרשת ויחי איז פארגעקומען א שיינע סיום אין שטוב פון מו"ה מרדכי היימליך הי"ו.
דער שיעור פון א דף ירושלמי א טאג ווערט פארגעלערנט יעדן אינדערפרי דורכן ראש ישיבה שליט"א תיכף נאכן שיעור פון גמרא בבלי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, אויף 27 סקילמאן סט.
דער שיעור ציעט א שיינע ציבור משתתפים וואס זענען זיך מחי' מיטן שיעור וואס ווערט פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס לערנט פאר די גמרא מיט א שטארקע קלארקייט, יעדן טאג גייט דער ראש ישיבה איבער דעם בלאט, צו זען עצות און חיזוק וואס מ'קען ארויסנעמען פון די דברי חז"ל הק' ע"פ די הקדמות פונעם הייליגן רבין לויט ווי מוהרא"ש ז"ל האט עס אונז איבערגעגעבן, מיטצונעמען אויפן גאנצן לעבן.
מען האט זיך געוואשן צו א סעודת מלוה מלכה, און געזינגען זמירות, דערנאך האט דער ראש ישיבה מחזק געווען די יונגעלייט. דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט "א ישר כח קומט פאר די פרויען וואס זענען מסכים אליינס צו בלייבן אין שטוב זיך פארען מיט די קינדער, אבי דער מאן זאל גיין צום שיעור".
"לימוד גמרא דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי לייגן תפילין" (עצתו אמונה, א' חוה"מ פסח תשע"ח, בשם החיד"א בשם 'שם הגדולים' מערכת ספרים, אות ת)
בילדער
דרשה פון ראש ישיבה (וועט נאכקומען בעז"ה)