סיום מסכת חולין אין ישיבה
יג ניסן תשע"ט 📝
מיטוואך איז פארגעקומען אין ישיבה א הערליכע סיום מסכת חולין וואס איז פארגעלערענט געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א במשך די פארגאנגענע פינף חדשים העעל"ט.
דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר דעם שיעור יעדן אינדערפרי פארן דאווענען, דער שיעור איז ב"ה אויסגערופן מיט די קלארקייט וואס דער ראש ישיבה לייגט אראפ דעם בלאט גמרא, קורץ און שארף, בפרט איז דער שיעור בארימט מיט די שמועסן נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס פונעם בלאט הלכה למעשה חיזוק און עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן.
היינט האט מען ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן נאך א מסכת, און לכבוד דעם איז געפראוועט געווארן א שיינע סיום ברוב עם.
דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מיר האבן ב"ה זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אז נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט, און מעורר געווען אז מ'זאל פון יעצט אנהייבן צו לערנען יעדן טאג חק ולא יעבור א דף גמרא. אז דו פארשטייסט נישט, דאן זאג די גמרא, עס דארף זיין א חיוב צו לערנען יעדן טאג צו לערנען לכל הפחות א דף גמרא".
אמר אביי תיתי לי דכי חזינא צורבא מרבנן דשלים מסכתיה (רש"י: דשלים מסכתיה. שגרסה) עבידנא יומא טבא לרבנן (רש"י: עבידנא יומא טבא לרבנן. לתלמידים, ראש ישיבה היה) (שבת קיח ע"ב)