סיום מסכת יבמות והתחלת מסכת כתובות קומענדיגן ליל שישי
ז תמוז תשפ"ב 📝
נאך גאנצע פיר חדשים וואס די גאנצע קהלה זקנים עם נערים האבן אלע מיטגעהאלטן דעם שיעור און געלערענט א דף גמרא יעדן אייציגן טאג, קומט מען אין די טעג אן ברוך השם צו פייערן דעם סיום אויף דעם שיינעם לאנגען מסכת יבמות.
דער סיום וועט געפראוועט ווערן בעז"ה ברוב עם מיט א סעודה לכבודה של תורה דעם ליל שישי, אינאיינעם מיטן ערשטן שיעור ליל שישי פון דעם זומער, וואס גייט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש, אויף 181 האשקי רד. אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי.
ברוך השם אז אלע האבן מיטגעלערענט מסכת יבמות, מען האט זיך אנגעשטרענגט אפילו אין שווערע טעג האט מען זיכער געמאכט נישט צו פארפאסן דעם בלאט. עס איז דורך פיר חדשים, ווען דער שיינער מסכת יבמות, האט אונז באגלייט יעדן איינציגן טאג. דער ראש ישיבה בעט אין א בריוו די וואך אז אלע זאל זען יעצט אנצוהייבן דעם קומענדיגן מסכת כתובות, און נישט קיין חילק צו מען פארשטייט יא, אדער נישט, זאל מען זאגן דעם בלאט גמרא, און מיט דעם זוכה זיין צו א שמירה עליונה, ווי דער רבי זאגט אין סיפורי מעשיות "ווי לאנג דער דף איז אויף דיר מגין דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן", דאס גייט ארויף אויף לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס היט דעם מענטש.