סיום מסכת ראש השנה געפייערט דורך אנשי שלומינו
יא כסלו תשפ"ב 📝
פארגאנגעם שבת קודש פרשת ויצא האבן אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט געפייערט דעם סיום מסכת ראש השנה וואס איז געלערענט געווארן אינאיינעם זינט אנהייב חודש אלול העל"ט ווען מען האט יעדן איינציגן טאג - געלויבט דעם אייבערשטן - געלערענט א בלאט גמרא.
דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע לערנט פאר דעם דף גמרא יעדן טאג בטוב טעם ודעת מיט א גאר געשמאקן און קורצן וועג, איז אלץ מיט א בלאט פאראויס, אזוי אז עס זאל שוין זיין ארויפגעלייגט יעדן טאג אינדערפרי דעם בלאט פון יענעם טאג. טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט האלטן מיט דעם געשמאקן שיעור פון ראש ישיבה וואס ווערט אלץ ארויפגעלייגט דא אויף אונזער וועבסייט. אויך איז מען זיך מחיה מיט די קורצע חיזוק ווערטער וואס ווערט אלץ געזאגט נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס וואס די גמרא וויל פון אונז הלכה למעשה, אויף טאג טעגליך. אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה אלץ איבער חינוך, און וויאזוי מען קען מצליח זיין אויפצוציען ערליכע שיינע דורות אין די היינטיג וועלט.
פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט, ביים בארימטן שיעור וואס ווערט פארגעלערענט יעדן ליל שישי ספציעל פאר די אינגעלייט, האט מען צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם סיום, און דער ראש ישיבה האט געזאגט זייער שיינע דיבורים נאכן מסיים זיין דעם מסכת ברבים. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם וואס מ'זאגט נאכן סיום "אנו עמלים ומקבלים שכר, והם עמלים ואינם מקבלים שכר", אז יעדע איינער אויף דער וועלט פלאגט זיך, נישטא קיינער אויף דער וועלט וואס עס גייט אויף אים נישט דורך. עס איז נישטא קיין עצה וואו צו אנטלויפן אויסער צום אייבערשטן און צו די תורה. מ'קען אויפטוישן די פלאג וואס איז מיר באשערט, אנשטאט עס זאל גיין אויף פיס ווייטאג, רוקן ווייטאג, חובות, שלום בית, גייט עס אויף זיך פלאגן אויף די תורה, "אנו עמלים ומקבלים שכר" מיר פלאגן זיך, מיר שטעלן אויף א שטוב מיט קינדער, מען מאכט נישט ח"ו א "משפחה פלאן" ר"ל ווי די גויים, וואס מען האט סייווי גארנישט דערפון. ווייל דו וועסט ממילא זיך דארפן פלאגן פונקטליך וויפיל עס איז דיר באשערט. מיר פלאגן זיך מיט הייליגע זאכן מיט מקיים זיין די הייליגע תורה וואס דאס בלייבט מיט אונז אויף אייביג.
דער ראש ישיבה האט שטארק געבעטן אנשי שלומינו מ'זאל זיך נעמען אויף זיך צו לערנען יעדן טאג דעם נייעם מסכת תענית וואס מ'הייבט יעצט אן, "אז דו וועסט "זאגן" דעם דף גמרא יעדן טאג, קען זיין אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דעם דף, אז דו וועסט וועלן "לערנען" דעם דף וועסטו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון" האט דער ראש ישיבה געזאגט, זוך נישט קיין שלימות, פאלג דעם צדיק וואס האט געזאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד".
דער ראש ישיבה האט דערנאך אסאך גערעדט איבער שלום בית, "אז דו האסט פייגעלעך אין קאפ, אז דער און יענער האט א בעסערע ווייב, אדער א בעסער שלום בית, דארפסט עמוירדזשענסי א בלאט גמרא, דאס וועט דיך אויסהיילן", אזוי וועסטו וויסן אז דו האסט די בעסטע ווייב, דו וועסט זיך פרייען אהיים צו קומען און לעבן א הייליג לעבן.
▶️ דער ראש ישיבה לערנט שוין פאר מסכת תענית
▶️ דער סיום און שיעור אין ישיבה
▶️ גאנץ מסכת ראש השנה געשמאק פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א
📚 קונטרס "חנוכה שמח" $1.49