סיום מסכת שבועות וויליאמסבורג מיט הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א
א שבט תשע"ח 📝
אין וויליאמסבורג קומען זיך צוזאם די חשובע בעלי בתים אנ”ש יעדן אינדערפרי גלייך נאכן ערשטן מנין שחרית אום 8:15 אינדערפרי צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג. דער שיעור וואס ווערט פארגעלערענט דורך הגה”צ דער ראש ישיבה שליט”א, ציעט צו גאר אסאך אידן פון גאנץ וויליאמסבורג, וואס מאכן זיכער אריינצוכאפן א דף גמרא מתובל מיט דברי חיזוק יעדן טאג וואס גיט זיי די חיות אויף א גאנצן טאג ווען זיי זענען פארנומען על המחיה ועל הכלכלה.
פארגאנעם דינסטאג ווען מען האט ב”ה געהאלטן ביים לעצטן בלאט פון מסכת שבועות, האט מען פארגעלערענט די שיעור אביסל פריער פון יעדן טאג, כדי די אינגעלייט זאלן קענען זיין באצייטענס איןדי ארבעט. די אינגעלייט וואס זענען זיך משתתף ביים שיעור האט יעדער איינער געברענגט עפעס צום סיום. דער ראש ישיבה שליט”א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען א דף גמרא יעדן טאג וואס נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט, אויך איז עס מגין אויף דער מענטש פון אלע וואס ווילן אים שלעכטס טון, ווי דער רבי זאגט אין סיפורי מעשיות (מעשה ז', מעשה מזבוב ועכבוש) "אַז דָאס בְּלֶעטִיל אִיז אוֹיף דִיר מֵגִין. בַּאדַארְפְסְטוּ קֵיין מוֹרָא נִיט צוּ הָאבִּין פַאר קֵיין שׁוּם זַאךְ וָוארִין אוֹיף מִיר שְׁטֵייעֶן אוֹיךְ אוֹיף אַסַאךְ שׂוֹנְאִים. נָאר דָאס בְּלֶעטְל אִיז אוֹיף מִיר מֵגִין". דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אלע רפואות און אלע ישועות ליגט אין די תורה. א מענטש דארף זיכער מאכן יעדן טאג צו זאגן א בלאט גמרא, אדער גיין צו א שיעור.
דערנאך האט מען געזינגען שיינע ניגונים.
בילדער פונעם סיום
דרשה ביים סיום