סיום מסכת תענית, הונדערט און איין מאל
יד תמוז תשע"ט 📝
די וואך מאנטאג איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינע סיום מסכת תענית, הונדערט און איין מאל, דורך הבחור החשוב לייבי ראטה ני"ו.
נאכדעם וואס ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, האט ער זיך גענומען צו מסכת תענית, עס איבערצוגיין הונדערט און איין מאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים, און די וואך האט ער זוכה געווען עס צו ענדיגן.
מאנטאג נאכט נאך מעריב איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש זיך מיטצופרייען מיט די שמחה של תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט אז אויסער די געוואלדיגע התמדת התורה פונעם בחור המסיים, דארף מען ארויסהייבן זיין איבערגעגעבנקייט פאר די ישיבה, אז ער גרייט צו דאס עסן פאר די בחורים, און אזוי ווייטער העלפט ער ארויס מיט וואס עס פעלט נאר אויס. און דאס וועט אים זיכער באגלייטן זיין גאנץ לעבן, אז ער וועט מצליח זיין אויך נאך די חתונה, צו וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין יעדן מצב.
כי הם חיינו!