דעם מיטוואך אינדערפרי, נאכ'ן טעגליכן שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א פון א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, איז פארגעקומען א שיינע סעודת מצוה לכבוד די סיומים פון די וואך, ווען מ'האט געענדיגט גמרא מסכת תמורה און ירושלמי מסכת ערלה.
ביים סיום האט דער ראש ישיבה נאכגעזאגט וואס דער הייליגער רמב"ם שרייבט ביים סוף פון הלכות תמורה, א טעם אויף די מצוה פון תמורה, אז ווען א מענטש האט א בהמה וואס איז א קרבן און ער זאגט אז ער וויל עס אויפטוישן אז די קדושה זאל אריבערגיין צו א צווייטע בהמה, זאגט די תורה אז ביידע בהמות ווערן הייליג, זאגט דער רמב"ם אז דער אייבערשטער ווייסט אז א מענטש האט ליב געלט, ער שוינט אויף זיין געלט, און דעריבער האט דער אייבערשטער געוואוסט אז ס'קען זיין אז א מענטש וועט זיך כאפן אז ער האט אוועקגעבן צו א גוטע בהמה פאר א קרבן, און ער וועט דאס וועלן אויפטוישן אויף א שוואכערע בהמה, און דערפאר זאגט די תורה אז ביידע בהמות ווערן קרבנות.
האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט מיט דעם אז די אלע געלט וואס א מענטש לויפט אזוי שטארק נאך, וועט נישט בלייבן מיט'ן מענטש, אזוי ווי דער רבי זאגט אז געלט מיט'ן מענטש גייען נישט אינאיינעם פאר צו לאנג, אדער נעמט מען אוועק דעם מענטש פון די געלט, אדער נעמט מען אוועק די געלט פונעם מענטש. וואס עס בלייבט יא אייביג מיט'ן מענטש איז די תורה און מצות וואס ער כאפט אריין. דערפאר דארף מען האבן דעם ריכטיגן שכל און אריינכאפן צו לערנען תורה יעדן טאג, וואס דאס איז אן אייביגע פארמעגן פאר'ן מענטש, דאס וועט אים באגלייטן און אפהיטן סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט.
בילדער
שיעור
כי טוב סחרה מסחר כסף!