סיום ש"ס ירושלמי קומענדיגע וואך זונטאג חיי שרה הבעל"ט
טז חשון תשפ"ג 📝
עס איז יעצט א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו, ווען נאך איבער פיר יאר לערנען יעדן טאג א בלאט נאך א בלאט פון ירושלמי און ווען מען ווייסט אז מען האט פופצן הונדערט טעג וואס אין דעם איז אריינגערעכענט ימים טובים, שמחות, נסיעות, טעג וואס מען האט נישט גוט געפילט, טעג וואס מען איז געווען פארנומען, האט מען אבער געפאלגט דעם צדיק מוהרא"ש זי"ע וואס האט געבעטן אז אלע אנשי שלומינו זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז א מענטש האבן שטארק רחמנות ווען מען באגעגענט א היימלאזע פארשוין. איינע פון די חלומות פון יעדן אינגערמאן איז צו קויפן "אן אייגן הויז". מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אויף יענע וועלט איז סאך א גרעסערע רחמנות צו זיין היימלאז, דא אויף דער וועלט אז איינער באגעגענט א איד וואס האט נישט קיין דאך איבערן קאפ, קען מען אים ארייננעמען אין שטוב, און אים העלפן, אבער אויף יענע וועלט איז שוין צו שפעט, דארט קען מען שוין נישט "קויפן קיין הויז". מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז מיט דעם וואס מען לערנט טעגליך די דריי לימודים בבלי ירושלמי און תוסתפתא וואס איז ראשי תיבות "בית", מיט דעם בויעט מען זיך אויף א "בית נצחי", מען זאל נישט זיין היימלאז אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט אויך אלץ זאגן אז צו לערנען דעם "בית נצחי" טעגליך איז א סגולה מען זאל זיך קענען קויפן א הויז דא אויף דער וועלט. און מען זעט טאקע אז דאס איז בדוק ומנוסה, ווי אינגעלייט פארציילן אז זיי האבן אנגעהויבן לערנען די הייליגע ווערטער פון חז"ל יעדן טאג, און דער אייבישטער האט געהאלפן אז זיי האבן געקענט איבערקומען אלע שטרויכלונגען און זיך איינגעקויפט א שיינע דירה.
קומענדיגע וואך זונטאג חיי שרה איז מען זוכה צו מסיים זיין דעם גאנצן ירושלמי, וואס אלע מסיימים וועלן פראווען מיט גרויס שמחה יעדער ביי זיך אינדערהיים.
יעצט איז די צייט זיך מיטצוכאפן אויפן וואגן ווען מאנטאג הייבט זיך אן דער נייער מחזור. דער באן ווארט נישט אויף קיינעם נאר לאזט זיך תכף ארויס, און ווער עס האט שכל עפענט אויף די הייליגע גמרא יעדן טאג און זאגט די ווערטער פון די הייליגע תנאים און אמוראים. די אלע וואס האבן שפעקולירט פיר יאר צוריק צי עס הייסט יא געלערענט אדער נישט, וואס האבן זיי אויפגעטון אין די לעצטע פיר יאר? דערפאר דארפן מיר פאלגן דעם הייליגן רבין און נישט קוקן אויף קיינעם נאר זיך איינהאנדלען א שיינע גמרא ירושלמי ברכות און אין פיר יאר ארום, ווי גרויס וועט זיין די שמחה ווען מען וועט זוכה זיין צו ענדיגן צוזאמען מיט אנשי שלומינו דעם גאנצן ירושלמי.
והאור זה תלמוד ירושלמי דנהיר נהורא דאורייתא (זוהר)