סיומי הש"ס ביים ראש ישיבה שליט"א דורך פיר תלמידי ישיבה קטנה
ה אב תשפ"א 📝
קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א
אין די לעצטע וואך איז פארגעקומען עטליכע סיומי הש"ס דורך בחורים און אינגלעך פון די ישיבה קטנה. די חשובע תלמידים לערנען פלייסיג אין ישיבה און האלטן מיט אלע שיעורים, און אין די זייטיגע זמנים, אינדרויסן פון די צייטן וואס זיי לערנען אין חדר און אין ישיבה, האבן זיי אויך גוט אויסגענוצט די צייט, און געלערנט בלעטער גמרא איינס נאך די אנדערע, און ביז זיי האבן זוכה געווען אנצוקומען צו דעם פרייליכן מאמענט, און זוכה צו זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און מיט דעם זוכה געווען צו א צלם אלקים, ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט, "דער וואס לערנט און איז מסיים גאנץ ש"ס, איז ממשיך אויף זיך א צלם אלקים".
די חשובע מסיימים זענען: הבחור החשוב שמעון ניישטיין ני"ו, א זון פונעם חשוב'ן מלמד מו"ה נחמן ניישטיין שליט"א, וואס האט יעצט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס שוין צום צווייטן מאל; הבחור החשוב שמעון רוטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א; הילד החשוב אליעזר שלמה מזרחי ני"ו, א זון פון מו"ה יוסף חיים מזרחי הי"ו; און הילד החשוב אברהם מנחם דעפריס ני"ו, א זון פון מו"ה יודל דעפריס הי"ו פון קענווי איילענד, ענגלאנד, וואס האט זוכה געווען געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס אין יונגן עלטער פון 11 יאר, און איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין ניו יארק צו מאכן דעם סיום ביים ראש ישיבה שליט"א.
די סיומים זענען פארגעקומען ברוב פאר והדר, דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן זייער שיינע שמועסן ביי די סיומים, און מחזק געווען אלע פארזאמעלטע מען זאל זיך נישט לאזן נארן און זיך נעמען צום לערנען, אויך האבן זיך באטייליגט פילע אנשי שלומינו און קרובי המשפחה, וואס האבן זיך מיטגעפריידט מיט די גרויסע שמחות, און געוואונטשן פאר די חשובע מסיימים אז זיי זאלן ווייטער זיך האלטן מיט די הייליגע תורה זייער גאנץ לעבן, וואס דאס וועט זיי ברענגען אלעס גוטס אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
כי הם חיינו ואורך ימינו!
🎦 סיום פון אברהם מנחם דעפריס נ"י
🎦 סיום פון אליעזר שלמה מזרחי נ"י, שמעון ראטה נ"י, און שמעון ניישטיין נ"י