מיר וועלן דא ממשיך זיין מיטן באריכט, וואס מיר האבן געענדיגט נעכטן.
 
זונטאג אווענט בשעת דער ראש ישיבה האט געגעבן דעם שיעור אין בית המדרש אין ירושלים, זענען זיך די פרויען פון אנשי שלומינו זיך צוזאם געקומען אינאיינעם מיט די ווייב פונעם ראש ישיבה. די פרויען האבן פארברענגט און גערעדט אינאיינעם שיינע מעשיות פון תפילה און נאך.
 
נאכ'ן שיעור איז פארגעקומען א "התחלת כתיבת ספר תורה", דער ראש ישיבה האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אין א פרישע ספר תורה וואס גייט יעצט אנגעהויבן צו ווערן געשריבן פאר די קהילה.
 
פון דארט איז דער ראש ישיבה אריבער צו די אכסניא אין ירושלים, ווי ער האט אויפגענומען די חשובע גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און דורכגעשמועס מיט זיי וויכטיגע פרטים וויאזוי צו פירן דעם הייליגן בית המדרש. אין די נאכט שעות האט דער ראש ישיבה געשריבן נאך פילע פרישע בריוון תשובות פאר אנשי שלומינו וואס ווארטן אויף ענטפערס פאר זייערע שאלות.
 
מאנטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט,א געדאווענט שחרית אין בית המדרש היכל הקודש צוזאמען מיט פילע פון אנשי שלומינו, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א סיום הש"ס, נאך א בחור פון אנשי שלומינו כמר שמואל פאלאק נרו יאיר האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. דער ראש ישיבה האט געזאגט אפאר ווערטער פארן ציבור, און ארום גערעדט די חשיבות פון ענדיגן ש"ס וואס דאס ברענגט אויף א מענטש אלעס גוטס.
 
שפעטער איז דער ראש ישיבה אריבער צום תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים און פארציילט פאר די קינדער וויאזוי דער הייליגער רבי איז צוגעקומען צו ווערן אזוי גרויס, דאס איז נאר ווייל אין די יונגע יארן האט ער אסאך גערעדט צום אייבערשטן, און ער האט געבעטן דעם אייבערשטן זאל אים ווייזן אז ער הערט אים אויס, און דער אייבערשטער האט אים טאקע געוויזן.
 
די קינדער האבן פארציילט פארן ראש ישיבה שיינע מעשיות פון תפילה וואס זיי האבן געהאט, אויך האבן די קינדער געהאט א געשמאקע שמועס מיטן דער ראש ישיבה. דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט צו זען ווי די קינדער האלט זיך פרייליך און פריש.
 
במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה אויפגענומען אסאך מענטשן וואס האבן געוואלט זיך אדורך רעדן פריוואט מיט'ן ראש ישיבה און הערן א עצה וויאזוי ארויסצוגיין פון זייער פראבלעם, וואס דאס האט גענומען גאר אסאך צייט.
 
ביינאכט איז פארגעקומען א פרישער א סיום הש"ס. דאס מאל איז עס געווען הבחור שמואל אייזיק פערל נרו יאיר בן מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען תורה און נאך. מיט דעם שמועס האט זיך דער ראש ישיבה געזעגענט פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט יעדע מינוט צו זיין אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, "וואס ברענען צום אייבערשטן און ווילן נאר אז נאך א איד זאל אויך וויסן פון די ליכטיגע עצות און אנהייבן לעבן א זיס לעבן".
 
דער באזוך וועט זיכער געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט, אנשי שלומינו אין ארץ ישראל האבן זיך אנגעשעפט מיט פרישע כוחות צו ווייטער לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און זיי ווייטער מפיץ זיין צווישן כלל ישראל.
 
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!