סיפור מכלי ראשון: נפטר בעט אין חלום מען זאל לערנען משניות לעילוי נשמתו
יב אלול תשפ"ג 📝
מאנטאג פרשת כי תצא תשפ"ג, נאך שחרית אין בית המדרש, איך פול מיך אן א גלעזל קאווע, און איך זעץ מיך צו צו א לחיים וואס איינער האט געגעבן לעילוי נשמת זיינס א זיידן.
בשעת'ן עסן א שטיקל לקח מיט'ן קאווע, הער איך ווי איינע פון די קביעות'דיגע מתפללים פארציילט א מעשה: פאר צוויי יאר צוריק איז נפטר געווארן דא אין אונזער שטאט לחיי העולם הבא אן ערליכער איד אן עובד ה', דער איד האט איבערגעלאזט שיינע ערליכע דורות דורכגעווייקטע חסידישע אידן.
איידער דער איד איז אוועק פון דער וועלט האט ער איבערגעלאזט א שיינע צוואה ווי ער בעט זיינע קינדער צו גיין אויפן ערליכן וועג. צווישן אנדערע האט ער געבעטן זיינע קינדער זיי זאלן נישט מקפיד זיין צו דאווענען פארן עמוד יעדער באזונדער, בפרט האט ער געשריבן ווען מען דארף צוטיילן א מנין אין צוויי, אדער מען דארף זיך שלאגן אויפן ברעטל לוינט זיך עס זיכער נישט. ער האט זיי געבעטן זיי זאלן דאווענען מיט מנין, און זיכער צו מאכן צו לערנען משניות לעילוי נשמתו.
די קינדער חשוב'ער אידן תלמודי חכמים און יראי ה' , האבן אין אנהייב שטארק מקפיד געווען צו מקיים זיין זייער טאטנס בקשה, זיי האבן ערליך געלערנט משניות, אבער האבן מיט דעם אלעם נאך אלץ פרובירט צו דאווענען פארן עמוד, אבער ווי מער צייט עס איז דורך האבן זיי אנגעהויבן צו פארגעסן. זיי האבן עס ממש פארטוישט, זיי האבן מקפיד געווען צו האבן דאס ברעטל יעדן טאג, שחרית מנחה און מעריב, אבער פונעם משניות האט מען ליידער פארגעסן.
עס זענען דורכגעלאפן עטליכע וואכן, און דער איד קומט אין חלום צו איינע פון זיינע באקאנטע און זאגט אים "גיי זאג פאר מיינע קינדער אז איך ווארט אז זיי זאלן לערנען משניות", דער איד איז צוגעגאנגען צו איינע פון די קינדער וואס האט זיך געכאפט ביים קאפ "אוי ווי האב איך געקענט פארגעסן מיין טאטענ'ס בקשה", און פארשטייט זיך אז פון דעם טאג און ווייטער האט זיך אלעס געטוישט, זיי האבן געלערענט משניות, פון וואס זייער פאטער בעולם העליון האט געהאט א געוואלדיגע נחת רוח.
ווען איך האב געענדיגט מיטן לחיים און נאך ברכה, און איך האב מיך אויפגעשטעלט, קומט דער איד (וואס האט פארציילט די מעשה) צו מיר, און רוימט מיר אריין אין אויער "איך בין דער איד צו וועם ער איז געקומען אין חלום".
איך האב אים געפרעגט פארוואס ביסטו נישט מפרסם די מעשה, מען קען דאך דערפון האבן א געוואלדיגע חיזוק אויף משניות, האט ער מיר געזאגט אז עס איז נישט קיין כבוד פאר די חשובע משפחה אז זיי האבן פארגעסן פון אזא קלארע בקשה פון זייער טאטן, דערפאר איז ער נישט מפרסם די מעשה. האב איך אים געפרעגט צי איך מעג כאטש מפרסם זיין די מעשה אין זיין נאמען, האט ער געזאגט אז ער וויל נישט.
די מעשה איז געהערט געווארן פון כלי ראשון, און איז באשטעטיגט צו זיין אמת. און פון דעם קען מען זען די גרויסקייט פון לערנען משניות בעולם העליון ווי די נשמות באקומען פרישע חיות און גייען ארויף העכער אין גן עדן דורכדעם וואס מען לערנט משניות דא אויף דער וועלט.