סעודת הילולא און סיום כתיבת ספר תורה לע"נ מוהרא"ש דעם מוצש"ק אין ראלי האטעל
טז שבט תשפ"ד 📝
איבעראל איבער די גאנצע וועלט בכל מדינה ומדינה ובכל עיר ועיר מקום אשר דבר ה' מגיע וועלן זיך אידישע קינדער צוזאם נעמען דעם שב"ק און מוצש"ק צום יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע.
דער ראש ישיבה שליט"א וועט אפרעכטן דעם גרויסן יארצייט אין די קעטסקילס מיט פילע אנשי שלומינו, ווען מוצאי שבת קודש בשלח שירה הבעל"ט וועט געפראוועט ווערן א שיינע סעודת מצוה לכבוד דעם גרויסן בעל הילולא אינאיינעם מיט א געהויבענעם מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לעילוי נשמת אונזער גרויסער רבי מוהרא"ש זי"ע, און וועט פארקומען אינעם גרויסן בית המדרש פונעם ראלי האטעל אויף 680 היידען ראוד אין סאוט פאלסבורג.
נאכן מעמד סיום כתיבת האותיות וועט מען זיך ארויסלאזן אין פייערליכע טענץ לכבודה של תורה, דערנאך וועט מען זיך וואשן צו א סעודת מצוה און סעודת מלוה מלכה צו דער געלעגענהייט.
אלע אנשי שלומינו זענען געלאדנט, די ווייבער שול וועט אויך זיין אפן פאר די פרויען.
דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן און מען וועט זיך אינאיינעם מחזק זיין צו פאלגן דעם צדיק און עס ווייטער איבערצוגעבן פאר אידישע קינדער.
אויך וועט מען אויסנוצן די געלעגענהייט זיך אויפצופרישן אין הפצה, און זיך משתתף זיין בגוף בטרחה ובממון און שטיצן דעם גרויסן אמונה פאבריק "קרן הדפסה היכל הקודש" וואס טוט ווייטער פארזעצן דעם לעבנס שאיפה פון מוהרא"ש זי"ע מיטן דרוקן און פארשפרייטן אויף א טעגליכע פארנעם טויזנטער ספרים קונטרסים גליונות סידיס און אזוי ווייטער.
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו