א גאר גרויסער ציבור פון מאנסי און ארום האבן זיך פארזאמעלט נעכטן ערב עשרה בטבת אווענט צו פראווען דעם יארצייט פונעם גרויסן תלמוד פון הייליגן רבין רבי נתן זצ"ל, אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א.
דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם וואס דער רבי האט געזאגט אז ווען נישט רבי נתן וואלט גארנישט ח"ו געבליבן פון הייליגן רבין, דער ראש ישיבה האט פארציילט דעם גאנצן סיפור וויאזוי דער הייליגער רבי נתן איז נתקרב געווארן צום הייליגן רבין, וויאזוי ער האט זיך געחלומט ווי איינער זאגט אים "דראפע זיך און דערהאלט זיך", און דערנאך ווען ער איז אנגעקומען צום רבין האט ער געזען אז דאס איז געווען דער הייליגער רבי. און וואס האט אים בעיקר געכאפט פון הייליגן רבין איז געווען ווען דער רבי האט אים געזאגט "נתן, און ווייטער איז גוט אז מ'רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אזוי ווי מ'רעדט זיך אויס צו א גוטן חבר". האט ער געזאגט "איך האב פארשטאנען איך האב שוין א וועג אין לעבן. ווייל וואס וועט נאר אויף מיר אריבערגיין וועל איך דאס פארציילן פארן אייבערשטן".
דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק מחזק געווען דעם ציבור צו נוצן די עצה פון התבודדות, רעדן און פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אויף אונז דורך, און אויב מ'וועט נישט נאכלאזן אפילו מ'שפירט גארנישט, ווען מען צום סוף זען גרויסע זאכן, און מען וועט זען גרויסע ישועות.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א שטארק ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען א דף גמרא יעדן טאג. און וואס די גרויסע צדיקים האבן געזאגט דערויף "א דף גמרא איז דער אייבישטער", און מחזק געווען דעם ציבור אז מ'זאל זען יעצט אנצוהייבן צו לערנען דעם בלאט גמרא.
דאן האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון די געוואלדיגע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", וואס א דאנק דעם קען יעדער איד וויאזוי ער זעט נאר אויס און אין וועלכע מצב ער איז נאר, זוכה זיין דורכצוגיין כל התורה כולה.
דער ראש ישיבה האט דאן ארויסגעברעגנט אז אסאך מאל זעט מען אז ווי נאר א בחור'ל - וואס האט קיינמאל א אידיש ספר נישט געעפענט - כאפט זיך צו צום רבני'ס סדר דרך הלימוד, וועלן אלץ זיין "גוטע אידן" וואס וועלן זיכער מאכן אים צו דרייען א קאפ "ס'הייסט יא געלערענט, ס'הייסט נישט געלערענט...", האט דער ראש ישיבה געפרעגט "זיצן ליידיג הייסט געלערענט?! רעדן פאליטיק און ווער משוגע פאר ליידיגיין הייסט געלערענט?! וואו ביסטו געווען ווען ער האט קיין אידיש ספר נישט געעפענט?!"
דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אנשי שלומינו פלעגן זיך פירן אז ביים יארצייט פון רבי נתן פלעגט מען מאכן אן אפיעל מען זאל העלפן דרוקן דעם הייליגן רבינס ספרים. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מוהרא"ש'ס קונטרסים זענען צוזאם גענומען דעם הייליגן רבינס ספרים און פון זיינע תלמידים. "מען זעט גרויסע ישועות" האט דער ראש ישיבה געזאגט "ווען מענטשן זענען מנדב צו דרוקן די הייליגע בריוון וואס ברענגען צוריק אידן צום אייבערשטן".
די קרן הדפסה האט דארט אויפן פלאץ געמאכט א גרויסע אויספארקויף פון ספרים און אויך געגעבן די געלגענהייט אפצוקויפן געוואלדיגע זכותים פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים.
מ'קען מנדב זיין פארן קרן הדפסה דא אויפן וועבסייט אויף דעם לינק
לינק צום שיעור
 
לינק צו בילדער