אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום יארצייט פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס קומענדיגע וואך זונטאג חול המועד סוכות ח"י תשרי הבעל"ט.
 
טראצדעם וואס עס זענען שוין פאריבער גאנצע 214 יאר פון די פטירה פון הייליגן רבי'ן האט זיך דער לעכטל פון הייליגן רבין נישט נאר נישט אויסגעלאשן, פונקט פארקערט, מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער צינדן זיך אן דערפון נאך און נאך לעכט, ווי דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "מיין פייערל וועט ברענען ביז משיח וועט קומען", דער רבי האט געזאגט אז ער וועט זיין אנדערש ווי אנדערע צדיקים, וועלכע האבן אראפגעברענגט אן אוראויף דער וועלט, און ווען זיי זענען נסתלק געווארן לחיי העולם האבן זיי דאס מיט גענומען מיט זיך, האט אבער דער רבי איבערגעלאזט ספרים וואס וועלן אנהאלטן צו באשיינען און באלייכטן די וועלט, מיט עצות און חיזוק און וועלן צוריק ברענגען צוריק אידן צום אויבערשטן ביז משיח'ס טאג.
 
וואס דארף מען מער פון דעם וואס מיר האבן נארוואס צוגעזען אין אומאן: די וועלט שטוינט, ווער האט געוואשן די מחות פון די צענדליגע טויזנטער אידן אז זיי זאלן נעמען אויף זיך די מיסיע פון זיך צורייסן און צופליקן און רייזן ענדלאזע שעות אריין אין א מלחמה געפלאגטע לאנד? דער ענטפער איז זייער פשוט, די אידן האבן טועם געווען פון די זיסע און לעכטיגע עצות פון רבין וואס האט זיי געטוישט און געמאכט שפירן דעם אויבערשטן, האט זיי צוגעקלעבט צו די תורה, און האט אריינגעגעבן אין זיי די זיסקייט פון תורה ומצוות, ווען אזא איד הערט די בקשה פון רבי'ן "קיינער טאר נישט פעלן", קוקט ער שוין נישט אויף גארנישט, און מיט אמונת חכמים פאלגט ער און טוט וואס דער צדיק בעט.
 
יעדעס יאר חול המעוד סוכות ווען עס קומט דער גרויסער טאג פון די הילולא קדישא, קומען פאר סעודות הילולות איבער די גאנצע וועלט, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און חזר'ן איבער די ווערטער פון הייליגן רבי'ן און דערווארימען זיך צו זיין פייער, אויך אין היכל הקודש וועלן זיך אנשי שלומינו זיך צוזאם קומען אין אלע בתי מדרשים איבער די וועלט ווי די גבאים וועלן אויפטרעטן און רעדן פון די חיזוק און עצות פון רבין אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע פראוועט היי יאר דעם גאנצן חודש תשרי אין שטעטל, וועט בעז"ה פראווען דעם יארצייט מוצש"ק אין די פארגרעסערטע סוכה וואס איז ספעציעל אויפגעבויעט געווארן פאר דעם צוועק אין הויף פון בית המדרש אויף 181 האשקי רד.
 
די גבאים געבן איבער אז די ווייבער שול וועט זיין אפן, און עס וועט זיין א ברייטע סעודה לכבוד דעם הילולא, דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע שמועס פון דברי חיזוק, און וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע שמחת בית השואבה בתופים ובמחולות.