סעודת הילולא פונעם הייליגן רבין אין קרית יואל
יח תשרי תשע"ט 📝
א שיינער ציבור פון אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום סעודת הילולא דאנערשטאג נאכמיטאג אין די גרויסע סוכה פון ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל אויף 8 פרעמישלאן, מען האט זיך געגעסן א סעודה, און געזונגען שיינע ניגונים.
דערנאך האט מען געשמועסט שיינע דיבורים און זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון הייליגן רבין, הרה"ח ר' יואל פארקאש שליט"א האט ארום גערעדט וואס דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר קענען זיך אייביג אויפפרישן פון דאסניי.
דערנאך איז מען אריין אין היכל הבית המדרש, ווי מען האט זיך משמח געווען לכבוד שמחת בית השואבה.
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו.