סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן זצ"ל אין וויליאמסבורג
יט טבת תשפ"א 📝
א ריזן ציבור אנשי שלומינו חסידי ברסלב זענען זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג ליל שישי ויגש צום יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן. אינאיינעם איז אויך געווען א שבע ברכות פאר החתן קלמן וועבערמאן הי"ו מתלמידי הישיבה.
א שיינע סעודה איז צוגעגרייט געווארן לכבוד דער מעמד. צום ערשט האט גערעדט הרה"ח מוה"ר משה קורץ שליט"א, דומ"ץ יבנאל, וואס האט גערעדט פון די גרויסקייט פון רבי נתן זי"ע, און האט נאכגעזאגט וואס מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז זיין גאנצע התחזקות קומט נאר דורך לערנען די ספרים פון הייליגן רבי נתן זי"ע.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש, און ארויסגעברענגט ווי מיר גליקליך מיר זענען אז מיר האבן די הייליגע ספרים פון רבין און רבי נתן, בפרט יעצט ווען מוהרא"ש זי"ע האט אראפגעשריבן זייערע עצות אויף אזא גרינגע וועג אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין און מקיים זיין, דארפן מיר עס לערנען און חזר'ן און טון, וועלן מיר מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
ווי אויך - האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט - דארפן מיר נאכמאכן רבי נתן, וואס איז אים געגאנגען אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך אידן, מיר דארפן מאכן הפצה און זיכער מאכן אז יעדער איד אויף דער וועלט ווייסט אז ס'איז דא א רבי וואס קען אים העלפן, און האט אויך פאר אים א וועג צוריק צום אייבערשטן.
נאך ברכת המזון און שבע ברכות האט מען געטאנצן און זיך דערנאך צוגאנגען מיט פרישע כוחות זיך צו שטארקן אין עבודת ה'.
בילדער
ווידיא שיעור
אוידיא שיעור