סעודת הילולא פון רבי נתן זי"ע
יא טבת תשפ"ב 📝
א גרויסער ציבור אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען דעם מאנטאג נאכט אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג צום יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן.
דער עולם האט זיך געוואשן צו די סעודה, וואס איז אויך געווען לכבוד די סיום מסכת תענית. דער חשובער מגיד שיעור הרה"ג מו"ה אלחנן רוטה שליט"א האט געזאגט דעם הדרן, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש, שטארקע דברי התחזקות פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן זי"ע. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'האט זיך זייער שיין אויסגעשטעלט דאס יאר אז די יארצייט סעודה איז אינאיינעם מיט א סיום מסכתא, ווייל דאס איז איינע פון די גרעסטע עצות פון הייליגן רבי'ן, דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז נישט קיין חילוק ווי ווייט א מענטש איז געפאלן, זאל ער זיך אנכאפן אין די הייליגע תורה, לערנען יעדן טאג תורה, און דאס וועט אים זיכער ארויסשלעפן פון אלעם שלעכטס, און וועט אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, דאס וועט אים ברענגען די גרעסטע הצלחה ברוחניות ובגשמיות. אין די זעלבע צייט געבט אונז דער הייליגער רבי אויך דער וועג וויאזוי מיר זאלן קענען זוכה זיין לכתרה של תורה. דער רבי האט אונז געגעבן דער מתנה דער זיסער סדר דרך הלימוד, זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.
מיר דארפן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן, ובפרט היינטיגע צייטן ווען מיר האבן די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, וואס האט אראפגעשריבן זייערע עצות אויף אזא גרינגע וועג אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין און מקיים זיין, דארפן מיר עס לערנען און חזר'ן און טון, וועלן מיר מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ווי אויך דארפן מיר נאכמאכן רבי נתן וואס איז אים געגאנגען אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך אידן, מיר דארפן מאכן הפצה און זיכער מאכן אז יעדער איד אויף דער וועלט ווייסט אז ס'איז דא א רבי וואס קען אים העלפן, א רבי וואס האט אויך פאר אים א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, און מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות.
דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט פון די לעצטע טעג פון הייליגן רבי נתן פאר זיין הסתלקות, וואס פון דעם קען מען ארויסנעמען אסאך חיזוק און התעוררות צו וואס א איד דארף שטרעבן.
נאך ברכת המזון איז מען זיך צוגאנגען מיט פרישע כוחות זיך צו שטארקן אין עבודת ה' מיט די עצות וואס רבי נתן האט אונז איבערגעגעבן פון הייליגן רבי'ן, און מיט א קבלה טובה עוסק צו זיין מער אין הפצה, יעדער איינער אויף זיין וועג.
ווי יעדעס יאר, איז אויך היי יאר אויך פארגעקומען דער גרויסער אפיעל פארן "קרן הדפסה" ביים טאג פון יארצייט פון הייליגן רבי נתן, וואס האט גענומען אויף זיך דער ציל צו דרוקן און צושטעלן די ספרים, קונרסים, סידיס, קארטלעך פאר די מפיצים, און מקיים זיין די צוואה פון הייליגן רבי נתן "דער עיקר וואס איר זאלט עוסק זיין איז צו דורקן די ספרים, עס זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה". דער ציבור האט זיך טאקע אנגערופן מיט שיינע סכומים און מיט דעם גענומען א חלק אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם רבי'נס אור פאר נאך אידן.
אין די זעלבע צייט איז מען זיך אויך צוזאם געקומען אין די שולן פון היכל הקודש אין אלע אנדערע שטעט און לענדער ווי אנשי שלומינו וואוינען, ווי מען האט זיך געוואשן צו א סעודה און זיך מחזק געווען מיט די הייליגע ווערטער פון רבין, פון רבי נתן, און זייערע תלמידים. אזוי אויך האט מען געמאכט אפיעלס און געגעבן פארן ציבור די געוואלדיגע געלעגענהייט צו מחזק זיין די וואס דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים.
▶️ סעודת הילולא פון רבי נתן אין וויליאמסבורג
📸 סעודת הילולא פון רבין נתן אין בלומינג גראוו
🎞️ סעודת הילולא פון רבי נתן אין קרית ברסלב
תורתו מגן לנו!