קומענדיגן ערב שבת קודש - עשר בטבת, ווערט אפגעצייכעט דער 177'סטער יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן זי"ע.
דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויפן הייליגן רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר א בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן ש"ע). אזוי אויך האט דער רבי געזאגט ביי א געלעגענהייט, "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל".
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו איבער די גרויסקייט פון רבי נתן זי"ע:
"רבי נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי בש"ס ופוסקים, רבי נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען".
"בעפאר רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמניץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראהביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען.
"צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט דורך קומען מיט די בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם.
"ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן.
"ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות".
"שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי. (זעט דעם גאנצן בריוו פון ראש ישיבה "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל"?)
אי"ה קומענדיגן ליל שישי ויגש, אור ליום עשרה בטבת, וועט מען פראווען דעם יארצייט סעודה אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסוברג, אויף 27 סקילמאן סט. - און מוצש"ק ויגש וועט דער ראש ישיבה אי"ה אויפטרעטן ביים יארצייט סעודה אין לעיקוואוד. פרטים וועלן נאכפאלגן בעז"ה.
דער ראש ישיבה וועט בעז"ה זאגן א שיינע שמועס ביי ביידע יארצייט סעודות, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער אין די הייליגע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערענט, נוצן די עצות און הדרכה, און עס ווייטער פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט.
כל הקהל מזומנים
 
דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג