סעודת הילולא פון רבי נתן זצ"ל קומענדיגע מאנטאג נאכט ויחי אין וויליאמסבורג
ד טבת תשע"ט 📝
ווי יאר יערליך וועלן זיך אנשי שלומינו בעז"ה צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. צו פראווען דעם יארצייט פון רבי נתן זצ"ל וואס פאלט אויס אום עשרה בטבת, ווי מען וועט זיך מחזק זיין מיט די עצות וואס דער בעל הילולא האט אונז איבערגעלאזט.
אום 7:30 אווענט וועט מען זיך וואשן צום סעודה, און דערנאך וועט ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט שיינע דברי התחזקות וואס מיר קענען ארויסנעמען פונעם הייליגן רבי נתן אויף למעשה.
דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן שע):
א הערליכער בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר איינער וואס פרעגט "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל?"
דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג