סעודת הילולא פון רבי נתן זצ"ל קומענדיגע מאנטאג נאכט ויחי אין מאנסי
ה טבת תשפ 📝
אי"ה קומענדיגע וואך מאנטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה פראווען דעם יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זי"ע, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבין, וואס געפאלט אויס אום עשרה בטבת. דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן שע):
אזוי אויך האט דער רבי געזאגט, "פון מיר ווייסט נאר נתן, און נפתלי אביסל".
היי יאר וועט דער ראש ישיבה פראווען דעם יארצייט אין ביה"ד היכל הקודש ברסלב אין מאנסי אויף 32 דאלסאן רד. - ווי מען וועט זיך מחזק זיין מיט די עצות וואס דער בעל הילולא האט אונז איבערגעלאזט.
אום 8:30 אווענט וועט מען זיך וואשן צום סעודה, און דערנאך וועט ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט שיינע דברי התחזקות וואס מיר קענען ארויסנעמען פונעם הייליגן רבי נתן אויף למעשה.
כל הקהל מזומנים
א הערליכער בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר איינער וואס פרעגט "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל?"
דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג