א שיינער ציבור איז זיך צוזאם געקומען ליל עשרה בטבת אין ביהמ"ד היכל הקודש אין בלומינג גראוו, ווי מ'האט זיך געוואשן צו א סעודה, און געהערט התחזקות פון אנ"ש.
קודם האט אויפגעטרעטן הרב יואל פארקאש שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש (העיס קט.), און ארויסגעברענגט אז דער ביהמ"ד האט זוכה געווען מער פון אלע בתי מדרשים פון היכל הקודש קרית יואל אז מען איז זיך צוזאם געקומען דא, ווייל דא קומען זיך צוזאם יעדן אוונעט אינגעלייט וואס ארבעטן שווער א גאנצן טאג און מען לערנט א דף גמרא. דאס איז עולה על הכל. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט אז ב"ה אכשר דרא היינט שטעלט יעדע קהילה צו א סדר צו לערנען גמרא, אבער אז מען לייגט צו דערצו דעם רבינס סדר דרך הלימוד, קען עס האבן א קיום. ווייל א מענטש האט טירדות און מצבים וואס ער קען בשום אופן נישט זיך קאנצענטרירן. דארף ער וויסן אז ער דארף זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.
אויך האט ער ארויסגעברעגט די וויכטיגקייט פון פארשטיין די ווייב, וואס גייט אלץ איבער אויף איר. ווי עס ליגט א פליכט אויפן מאן זיי אויפצוהייבן און פרייליך מאכן.
דערנאך האט ער פארציילט אביסל איבער רבי נתן'ס התקרבות, און ווי אלעס וואס איז אונז געבליבן פון הייליגן רבין איז נאר א דאנק רבי נתן. און האט ארויסגעברענט אז ער וואלט גרינג געקענט זיין א גרויסע רבי מיט חסידים וכו', אבער האט אלעס אוועקגעגעבן נאר אריינצוברענגען די התחזקות פון רבין אין נאך א איד.
היינט - האט ער אויסגעפירט - מיט די הקדמות פון הייליגן רבין, ווי מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, קען יעדער איד און דארף יעדער איד זיין א משפיע און אריינברעגען דעם אור פון הייליגן רבין און אזוי מקרב זיין אידן צום אייבערשטן.
נאכדעם האט גערעדט הרב יוסף פאנעט מחשובי אנ"ש, ער האט ארויסגעברענגט מיט זיין געשמאקע שפראך ווי מיר כאפן גארנישט וואס מיר באקומען פון היכל הקודש, בפרט האט ער ארויסגעברענגט דער שבח פון דעם בית המדרש, ווי איינער האט אים פארציילט אז ער איז אמאל אריינגעפאלן אין א שבת צופרי, און געהערט די שמועסן נאכן דאווענען פון איינפאכע אינגעלייט וואס ארבעטן א גאנצע וואך על המחיה, און אנשטאט רעדן פון געלט, פאליטיק, אדער נייעס, האבן זיי זיך מחזק געווען איינער דעם צווייטן. מ'האט זיך פארציילט מעשיות פון תפלה וכו', און ארויסגעברענגט אז מ'דערף בעטן אלעס דעם אייבערשטן און נאר דאס העלפט. און דאס איז אים געווען אזא חידוש, אז ער האט זיך געווינדערט צי ער געפינט זיך אין יארע 2018 אין אמעריקע און נישט אין אייראפע פאר צוויי הונדערט יאר צוריק צווישן די הייליגע תלמידי הבעל שם טוב זי"ע. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט עטליכע נקודות. "התחזקות" - דאס גאנצע זאך פון רבי נתן זצ"ל איז געווען זיך מזחק צו זיין. "ליקוטי הלכות" - ווי מוהרא"ש זצ"ל פלעגט בעטן יעדעס יאר ביים יארצייט מ'זאל כאטש איין מאל אין לעבן דורכלערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי הלכות. "מורה דרך" - כדי צו זיין אן ערליכער איד, מיז מען האבן אמונת חכמים, מען דארף האבן אן ערליכע איז וואס מ'פרעגט אים אלע ספקות און שאלות, ווייל דער טריק פון יצר הרע איז צו מאכן עבירות אויסזען ווי מצוות, און מ'קען זיך זייער נערן אויף דער וועלט. און ווי גרויס איז אונזער זכי' אז מיר האבן דעם ראש ישיבה, וואס איז זיך מוסר נפש אונז מחזק צו זיין און ווייטער איבערגעבן און מפיץ זיין וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט.
דערנאך איז מען ארויס א ריקוד, און זיך געפריידט מיט דעם זכות וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן אז מיר זענען מקורב צו א אזא צדיק וואס פארשטייט אונז, און האט די עצות און חיזוק פאר אונזער דור.
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו
 
בילדער