סעודת ראש חודש און חנוכת "בנין אברהם הערש" אין מחנה אילן החיים
א אב תשפ"ג 📝
היינט האבן די קינדער אין מחנה אילן החיים געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה איז זיי געקומען באזכון אין קעמפ, ווי עס איז פארגעקומען א גרויסע מעמד לכבוד דאס באנייען פונעם נייעם בית המדרש "בנין אברהם הערש" אין מחנה אילן החיים.
דער גרויסער באזוך האט זיך אנגעהויבן אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען דאווענען שחרית מיט די קינדער אינעם נייעם בנין הבית המדרש, צום שיינעם באזוך האבן זיך מיטגעכאפט אסאך פון אנשי שלומינו וואס האבן נישט געוואלט ארויסלאזן דעם געלעגענהייט מיט צו האלטן דעם שיינעם מעמד.
מען האט אראפגעלייגט א געשמאקע ווארימע דאווענען מיט הלל און מוסף, און נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א און דער נדבן הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א געקלאפט מזוזות אויף די טירן צום בית המדרש.
תיכף נאכדעם האט מען סערווירט א רייכע פרישטאג וסעודות ראש חודש, בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א מיטן חשוב'ן נדבן. דער ראש ישיבה האט מכבד געווען דעם נדבן הר"ר אברהם הערש שליט"א צו זאגן אפאר ווערטער, ר' אברהם הערש האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה און וויפיל ער איז דאנקבאר דעם אויבערשטן אויף די זכי' אז ער איז מקורב צום הייליגן רבין, און נאך מער אז ער האט נאך אלץ א געפיל צום הייליגן רבין, און ער האט געהאט די זכי' צו מנדב זיין א בנין פאר די הייליגע מוסודות.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אפאר ווערטער, און ארויסגעברענגט אז דער נדבן איז נישט סתם אבי ווער, ער איז א גרויסער עושר, מיט א גאר א גרויסע פארמעגן, נעמליך דער נדבן פארמאגט אין זיין באנק אַקאונט שוין מער פון זעקס און ניינציג מאל ששה סדרי משנה, א פארמעגן וואס זייער ווייניג פארמאגן, און א פארמעגן וואס פארמאגט די בעסטע אינשורעס וואס קיינער קען נישט צונעמען.
דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די קינדער איבער די גרויסקייט פון לערנען תורה, און ארויסגעברעגנט אז די גאנצע וועלט שטייט נאר אויף די תורה וואס די קינדער תינוקות של בית רבן לערנען, אבער - האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט - עס איז דא עפעס וואס איז נאך גרעסער פון דעם, דרך ארץ. דרך ארץ קדמה לתורה, פארוואס איז עס גרעסער? ווייל נאר אזוי קען מען מצליח זיין צו לערנען. דער ראש ישיבה האט שטארק ארויסגעברענגט וואס דאס מיינט האבן דרך ארץ פאר די מלמדים און מחנכים, און אז דאס איז די שליסל צו קענען מקבל זיין און וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמים.
נאכן בענטשן איז דער ראש ישיבה געגאנגען מיט די קינדער אין וואלד ווי עס געפונען זיך די דריי גרויסע כיתות, ווי די קינדער לערנען יעדן טאג צווישן די ביימער, דער ראש ישיבה שליט"א איז געגאנגען צו יעדע כתה באזונדער, און געגעבן א שמועס פאר די קינדער.
דער באזוך האט איבערגעלאזט גאר א גרויסע רושם אויף די סטעף און אויף די קינדער וואס האבן זיך פריש באנייט מיטן לערנען און מיט מידות טובות.