דער סענאטאר לינדזי גרעהעם, וועלכער איז געווען באקאנט אלס א שטארקער אידן-פריינט, איז נעכטן געשטארבן אין עלטער פון 71 יאר נאכ'ן ליידן פון א פאטאלע הארץ-אטאקע ל"ע אין זיין שטוב.
 
גרעהעם האט געדינט אין זיין אמט זינט דעם יאר תשס"ג, ווען ער איז ערוויילט געווארן אלס רעפובליקאנער סענאטאר פון סאוט קאראליינע, און זינט דאן איז ער געווען שטארק באקאנט מיט זיינע גוטע באציאונגען מיט אידישע עסקנים. צווישן אנדערע האט ער אסאך ארויסגעהאלפן די "צדק" ארגאניזאציע וואס געבט זיך אפ מיט שתדלנות אויף פארשידענע פראנטן אין ענינים וואס זענען נוגע דאס יהדות החרדית, און איבערהויפט מיט פדיון שבוים.
 
זיין פלוצלינגדיגע הארץ-אטאקע האט פאסירט בלויז איין טאג נאכדעם וואס ער האט זיך צוריקגעקערט פון א באזוך אין אוקראינע, וואס ער האט אויסגענוצט צו שטופען א שטארקע פרא-אוקראינע אגענדע. די פאסירונג האט געהויבן ברעמען ביי אסאך מענטשן און האט געברענגט פארשידענע ספעקולאציעס און קאנספיראציעס, צי עס איז נישט אפשר א נקמה פון רוסלאנד אדער איראן קעגן דעם פאליטיקאנט, וועלכער האט זיך שטענדיג שטארק ארויסגעשטעלט אויף די זייט פון אוקראינע קעגן רוסלאנד און אויף די זייט פון מדינת ישראל קעגן איראן.
 
ווען מיר הערן אַזעלכע נייעס, דערמאַנט עס אונז א וויכטיגע נקודה. דער סענאַטאָר האט געהאט גאר אסאך מאַכט; זייענדיג אזויפיל יאר אין פאליטיק, האט ער אנגעפירט פארשידענע גאר וויכטיגע קאמיטעען אינעם סענאט. ער האט נאך נעכטן געזאגט זיין אומצוויידייטיגע מיינונג וויאזוי ער האלט אז די וועלט דארף זיך פירן אין די קומענדיגע יארן, נישט וויסנדיג אז אפילו מארגן וועט ער אליינס שוין נישט דא זיין.
 
דאס דערמאַנט אונז אז מיר זאלן אויך טראכטן אביסל פאראויס. עס זענען דא מענטשן וואס מיינען אז טראכטן פונעם יום המיתה דארף ברענגען מרה שחורה, אבער דער רבי לערנט אונז א וועג אז טראכטן פון עלמא דאתי ברענגט גאר א שמחה; עס ברענגט אז דער מענטש זאל בעסער אויסנוצן די פאר יאר וואס ער האט אויף דער וועלט, און זיך אזוי ארום איינפאקן צידה לדרך פון וואס ער וועט קענען געניסן לעד ולנצח נצחים.
 
דער רבי לערנט אונז אויס אז מען קען ווייטער אנגיין מיט'ן לעבן: עס, שלאף, גיי ארבעטן, אבער אינצווישן כאַפּ אריין אַ קאַפּיטל תהלים, געב א שמייכל פאר א איד, רעד מיט א חבר פון אמונה, און הער אויס דיין ווייב און קינדער.
 
יעצט ווען מיר שטייען אין די טעג וואס מיר געבן אוועק מער צייט מתפלל צו זיין אויף די גאולה, לאמיר זען אן אינטערעסאנטע מעשה וואס חז"ל פארציילן: (סנהדרין צ"ח ע"א) "יהושע בן לוי אשכח לאליהו דהוי קיימי אפיתחא דמערתא דרבי שמעון בן יוחאי אמר ליה... אימת אתי משיח אמר ליה זיל שייליה לדידיה והיכא יתיב אפיתחא דקרתא ומאי סימניה יתיב ביני עניי סובלי חלאים וכולן שרו ואסירי בחד זימנא איהו שרי חד ואסיר חד אמר דילמא מבעינא דלא איעכב אזל לגביה אמר ליה שלום עליך רבי ומורי אמר ליה שלום עליך בר ליואי א"ל לאימת אתי מר א"ל היום אתא לגבי אליהו... א"ל שקורי קא שקר בי דאמר לי היום אתינא ולא אתא א"ל הכי אמר לך (תהלים צה, ז) היום אם בקולו תשמעו"
 
דער הייליגער תנא רבי יהושע בן לוי האט אמאל געטראפן אליהו הנביא, וועלכער איז געשטאנען ביים אריינגאנג פון דער מערה פון רבי שמעון בן יוחאי. האט אים רבי יהושע בן לוי געפרעגט: "ווען קומט משיח?" האט אים אליהו געזאגט: "גיי פרעג אים אליין." האט ער אים געפרעגט: "וואו זיצט ער?" האט אים אליהו הנביא געענטפערט: "ביים אריינגאנג פון דער שטאט." האט ער אים געפרעגט: "און וויאזוי וועל איך אים דערקענען?" האט אים אליהו געזאגט: "ער זיצט צווישן די ארימעלייט וואס ליידן פון קראנקהייטן. אלע ארימעלייט עפענען אויף אלע זייערע באנדאזשן אויפאמאל און בינדן זיי צוריק איין אויפאמאל, אבער משיח עפנט נאר איינס און פארבינדט עס גלייך צוריק, און ערשט דערנאך עפנט ער דאס צווייטע. ער טראכט ביי זיך: 'אפשר וועט מען מיך יעצט רופן, און איך טאר זיך נישט אויפהאלטן'." רבי יהושע בן לוי איז צוגעגאנגען צו אים און אים באגריסט: "שלום עליך, רבי ומורי." האט משיח אים געענטפערט: "שלום עליך, בר ליואי." האט אים רבי יהושע בן לוי געפרעגט: "ווען וועט דער רבי קומען?" האט משיח געענטפערט: "היינט." ווען רבי יהושע בן לוי איז צוריקגעקומען צו אליהו הנביא, האט ער אים געפרעגט: "ער האט מיר געזאגט א זאך וואס איז נישט אמת; ער האט געזאגט אז ער קומט 'היינט', אבער ער איז נישט געקומען!" האט אים אליהו הנביא געזאגט: "ער האט געמיינט צו זאגן 'היום — אם בקולו תשמעו', היינט — אויב איר וועט זיך צוהערן צום קול פון דעם אויבערשטן."
 
עס פרעגט זיך די קשיא: פארוואס האט משיח אים געדארפט זאגן "היינט", אז דערנאך זאל אליהו הנביא דארפן פארענטפערן אז עס מיינט נישט ממש היינט, נאר ער האט געמיינט צו זאגן "היינט - אויב"?
 
מען קען ענטפערן דעם תירוץ אז דער פשט איז טיפער. עס איז דא א "גלות הכלליות" – מיר האבן נישט קיין בית המקדש און קיין קרבנות, און עס איז דא א "גלות הפרטית" – ווען איך שפיר נישט דעם אויבערשטן און איך פארגעס אז דער אויבערשטער געפינט זיך דא ביי מיר. דער רבי האט געזאגט, אז אין די טעג וויינט מען נישט בלויז אויף דעם בית המקדש וואס איז חרוב געווארן מיט צוויי טויזנט יאר צוריק, נאר מיר וויינען אויף אונזער אייגענעם בית המקדש; אונזער מוח, וואס איז דער "קודש הקדשים", איז נעבעך חרוב, און מיר טראכטן בטעות אז דער קען אונז העלפן אדער יענער קען אונז שלעכטס טון. דאס האט משיח אים געזאגט: אויב איר וועט לעבן מיט'ן "היום" (מיט דעם היינט), וועט זיין "בקולו תשמעו" – מען וועט צוהערן צום קול פונעם צדיק, און דאן קומט טאקע משיח היינט. א איד קען זוכה זיין דורך דעם לימוד פון "היום" ארויסצוגיין פון זיין פערזענליכן גלות.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.