אין א פרעסע קאנפערענץ ארומגענומען מיט פילע רעליגיעזע פירער אין ניו יארק סטעיט אריינגערעכענט עטליכע להבדיל אידישע פאליטישאנס האט דער יו.עס. סענאטאר פון ניו יארק סטעיט טשאק שומער אנאנסירט אז ער וועט פארשטעלן א נייע ביל וואס זאל צולייגן א 1.2 ביליאן דאלער צו די גרענט פראגראם וואס פינאנצירט זיכערהייט מאסנאמען פאר רעליגיעזע אינסטיטוציעס וואס שטייען אויס האס געפארן.
 
מיר דארפן דא צוצייכענען אז מען רעדט נישט דא פון קיין פרישע ביליאן דאלער וואס איז דא צו באקומען, מען רעדט דא פון א פרעסע קאנפערענץ (וואס מיינט א מעמד צו וואס מען לאדענט איין אלע מידיע פלאטפארמעס) וואס דער סענאטאר האט גערופן צו מעלדן אז ער גייט פארשלאגן אז ביל אין סענאט.
 
אויך דארף ווערן צוגעצייכענט אז דער אויבערשטער איז דער וואס היט אונז, און כאטש מיר דארפן אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די וואס דרוקן אויס שטיצע פאר אידישע קינדער מיט סיי וואס, איז די גאנצע ציל פון די פרעסע קאנפערענץ כדי צו באקומען גינסטיגע דעקונג אין די פרעסע, (כאטש בעט ער די אויפמערקזאמקייט אויף א פאזיטיווע וועג...) און נישט שלעסער, קעמרעס, צוימען, וועכטער מיט ביקסן זענען די וואס היטן אונז, מיר זענען מתפלל צום אויבערשטן דער שומר ישראל וואס ער היט אונז יעצט און וועט אונז ווייטער היטן.
 
אמת אז מיר דארפן טון דאס וואס עס דארף געטון ווערן צו ווערן אפגעהיטן בדרך הטבע, אבער נישט ווייל מיר גלייבן אין די טבע חס ושלום, נאר ווייל דער אויבערשטער האט אונז געהייסן צו טון די אלע פעולות און זיך היטן פון סכנות.
 
די גמרא סוף מסכת קידושין פרעגט "האסט שוין אמאל געזען א חי' דארף ארבעטן כדי זיך צו שפייזן? האסט שוין אמאל געזען א הערש א קאר סערוויס דרייווער? די חיות זענען דאך באשאפן געווארן צו דינען די מענטשן, און די מענטשן זענען באשאפן געווארן צו דינען דעם אויבערשטן, איז דאך א קל וחומר אז מענטשן דארפן באקומען זייער פרסה בחנם", פירט די גמרא אויס אז מען דארף ארבעטן צוליב די עבירות, דער אויבערשטער האט גוזר געווען אויף אדם הראשון נאכן חטא פון עץ הדעת אז א מענטש דארף ארבעטן. ווי דער רבי האט געזאגט "ארבעטן ארבעט מען פאר די עבירות, און די פרנסה קומט פון אויבערשטן."
 
ווען א מענטש עפענט אויף די אויגן וועט ער קענען זען כסדר ווי ער טוט זיין פליכט פון ברענגען פרסה ער גייט ארויס ארבעטן, אבער די פרנסה קומט אים אריין פון גאר אן אנדערע פלאץ, פון א פלאץ ווי ער האט זיך אינגאנצן נישט גערישט.
 
דערפאר וועלן מיר זיך ווייטער שטארקן מיט די עצה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן פון תפלה, בעטן דעם אויבערשטן אלעס וואס מיר דארפן, און עס איז נישט אונזערע דאגות וויאזוי די ישועה וועט קומען, דער אויבערשטער האט זיך זיינע וועגן וויאזוי אלעס קען זיך אין איין רגע איבערדרייען לטובה, נאר מיר וועלן ווייטער זיך פארלאזן אויף אים, און אזוי וועלן מיר האבן א געשמאקע און זיסע לעבן.