סעלצער
יז אלול תשפ"ו 📝
א גוטן, מיין נאמען איז אברהם שמחה.
איך וואלט געוואלט פרעגן א קשיא פון ר' גרשון קרעמער: וואס איז סעלצער און וויאזוי ווערט עס געמאכט?
א גרויסן יישר כח.
זייער א שיינע שאלה, אברהם שמחה!
צום ערשט לאמיר פרעגן נאך א שאלה: איז "סאדע" (אדער סאדע-וואסער) די זעלבע זאך ווי סעלצער?
דער ענטפער איז יא און ניין.
"סאדע" אין אמעריקע מיינט געווענליך סעלצער מיט צוגעלייגטע צוקער און רוב מאל אויך קאלירן, בעת סעלצער איז געווענליך בלויז וואסער מיט קארבאן-דיאקסייד גאז.
יעצט וועסטו מיר פרעגן: וואס איז סעלצער? ווען און וויאזוי איז מען אויפגעקומען דערמיט? און פון וואו קומט דער נאמען "סעלצער"?
דער ענטפער איז אזוי:
עס זענען דא קוועלער וואו דאס וואסער קומט ארויס נאטירליך פון דער ערד שוין מיט מינעראלן און קארבאן-דיאקסייד גאז. אין אייראפע זענען אזעלכע קוועלער שוין באקאנט פאר לאנגע יארן, און עס איז געווען שטארק אנגענומען אז יענע וואסער איז ספעציעל געזונט; דערפאר פלעגן פירמעס אנשעפן דאס וואסער פון די קוועלער און עס פארקויפן אין גלאזענע, הערמעטיש-פארמאכטע פלעשער אפילו צו גאר ווייטע פלעצער.
אין א קליין שטעטל אין דייטשלאנד מיט'ן נאמען "סעלטערס" (Selters), האט זיך געפונען אזא קוואל וואס איז געווען גאר בארימט מיט איר געשמאקע מינעראל-וואסער. דאס וואסער פון יענעם קוואל פלעגט פארקויפט ווערן אלס "סעלטערס וואסער", וואס האט פשוט געמיינט "וואסער פון סעלטערס". מיט די צייט האבן מענטשן אנגעהויבן רופן אלע אזעלכע וואסער-פלעשער "סעלטערס", און פון דעם שטאמט דער נאמען סעלצער.
אבער דאס טראנספארטירן נאטורליכע קארבאנירטע וואסער איז נישט געווען אזוי פשוט און ביליג, און בשעת דער פארלאנג דערויף איז כסדר געשטיגן, זענען סוחרים אויפגעקומען מיט א געדאנק צו מאכן קונסטליכע "סעלצער".
וויאזוי האט מען עס געמאכט? מען האט אפגעקילט פשוטע קוואל-וואסער און אריינגעצוואונגען דערין מיט כח קארבאן גאז, וואס האט געגעבן א טעם גאנץ ענליך צום נאטורליכן קוואל-וואסער. אזוי ווי עס האט זיך גוט פארקויפט און מענטשן האבן עס געקויפט פאר גוט געלט, זענען געקומען פירמעס און אנגעהויבן אריינלייגן טעמים און קאלירן עס צו מאכן נאך בעסער (אדער ערגער – אויב מען רעדט מצד געזונט...) און מער ציענדיג פאר די קונים.
אזוי האט דער אויבערשטער געפירט אז עס איז געבוירן געווארן דאס באקאנטע פלעשל "סעלצער" און "סאדע", וואס ווערט היינט פארקויפט דורך פילע פירמעס מיט גוטע הכשרים. אויב מען מאכט אן ערליכע ברכה פארן טרינקען און מען דאנקט דעם אויבערשטן פאר דעם און נאכדעם, קען מען דינען דעם אויבערשטן אפילו דורך טרינקען סאדע.
יעדע זאך וואס א מענטש טוט קען ער אויפהייבן צו עבודת ה'; מען עסט ווי דער אויבערשטער הייסט, מען שלאפט מיט יראת שמים, מען גרייט אן נעגל-וואסער, מען ליינט קריאת שמע, מען קושט די מזוזה און מען בעט דעם אויבערשטן ער זאל אונז היטן.
א גרויסן יישר כח אברהם שמחה פאר דיין שיינער שאלה, און מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פארן לאזן ווארטן אזוי לאנג.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.