סעקיורטי קעמעראס ווערן אינסטאלירט אין שטעטל
כב אלול תשפ"ד 📝
מיטן אייבערשטנ'ס הילף האט מען אין די טעג אנגהויבן די ארבעט פון אינסטאלירן "סעקיוריטי קעמעראס" אין אלע ווינקלען פונעם שטעטל. דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן א בריוו פאר די חברי ההנהלה, וואו ער באטאנט די וויכטיגקייט פון קעמעראס צו קענען אויפכאפן לייסענס פלעיטס פון די וואס זענען פארמישט אין גניבות אדער אנדערע שלעכטע מעשים.
אין דעם בריוו דערציילט דער ראש ישיבה אז א פרוי איז באפאלן געווארן דורך א באנדע שקצים. זי האט געשריגן צום אייבערשטן מיטן גאנצן הארץ, און א נס איז געשען אז זיי זענען אנטלאפן. דער ראש ישיבה דערמאנט אויך איבער גנבים וואס גנב'ענען פאסט פון די איינוואוינער, און איבער די גרויסע פראבלעם פון קארס פאר פארן שנעל, וואס שטעלן אונזערע קינדער אין א סכנה.
אונזער חבר ההנהל מו"ה מרדכי היימליך הי"ו האט איינגעקויפט די קעמעראס. און ווי געזאגט האט מען שוין אנגהויבן די פאקטישע אינסטאלאציע ארבעט. מען פלאנט עס צו לייגן ביי ביי די הויפט אריינגענג פון שטעטל, אריינגערעכנט רעקליף, טווין ברידזש (ביידע זייטן), האשקי, און דענמאן.
מען דארף אבער געדענקען אז נישט קעמעראס און נישט סעקיוריטי איז אויף וועם מיר פארלאזן זיך, מיר גלייבן אז נאר דער אויבערשטער וואס איז דער שומר ישראל וועט אונז היטן פון אלעם בייזן.
אין אנדערע נייעס האט מען אנגעהויבן די ארבעט צו בויען א כלים מקוה, א וויכטיגער פראיעקט פאר א אידישע שטאט וואס האט נאך געפעט ביז יעצט. זינט מען האט געגרינדעט דעם שטעטל פינף יאר צוריק, לייגט מען כסדר צו פרישע איינריכטונגען, אבער אויף צו טובל'ען כלים האט מען זיך געמוזט באגיין מיטן האשקי מקוה, וואס איז בכלל נישט אויסגעשטעלט דערפאר.
יעצט האט מען דערהאלטן די ווארימע נדבה פון מו"ה אברהם אלי' פרידריך הי"ו פאר א נייע כלים מקוה, האט מען תיכף צוגעטרעטן צו די ארבעט. דער ראש ישיבה האט באשטימט אז עס זאל פלאצירט ווערן אינעם בנין פון די קהילה אויף טווין ברידזש, נעבן די קליידער סטאר (באזאר) און דער קיאסק. די ארבעט איז שוין אין פולן שוואונג, און מען האפט בקרוב דאס מקוה צו ענדיגן צו די צופרידנהייט פון אלע תושבים.
עין רואה ואוזן שומעת!