סעקיוריטי סיסטעמען אין די עירפארטס ווערן שטארק פארבעסערט
ג סיון תשפ"ו 📝
מיר שטייען נאך יעצט אין חודש סיון, און עס זעט נאך אויס גאנץ ווייט פון ראש השנה, אבער ביי חסידי ברסלב טראכט מען פונעם רבי'נס ראש השנה א גאנץ יאר. בפרט אז מען שטייט שוין נענטער ווי ווייטער, איז מען יעדן טאג מתפלל אז מען זאל זוכה זיין צו קענען קומען צום רבי'נס ציון אין אומאן, אז די מניעות זאלן איבערגעדרייט ווערן צו נעימות, און מען זאל האבן א געשמאקע רייזע.
איינע פון די שוועריקייטן ביים רייזן - בפרט ווען מען פארט אזא לאנגע וועג קיין אומאן - איז די עירפארט סעקיוריטי. די רייזע פלעגט זיך שטענדיג אנהייבן מיט די שוועריקייטן אין עירפארט: מען שטייט אין לאנגע שורות, דערנאך דארף מען זיך אויספאקן, אוועקווארפן די געטראנקען, אויסטון די שיך, דעם הוט און דעם רעקל, און דאס איז נאר דער אנהייב.
די גוטע נייעס איז, אז רייזנדע וואס פארן לעצטנס דורך די נייע טערמינאלן אין די עירפארטס – בפרט אין נוארק (EWR) – זאגן אז מען זעט א גרויסע טויש. אנשטאט דארפן ווייזן דעם פאספארט, באקומען אסאך די אפציע פשוט אריינצוקוקן אין א סקענער קאמערע וואס "דערקענט פנימ'ער" און מען גייט ווייטער. אנשטאט מען זאל דארפן עפענען די פעק און זעק ארויסצונעמען עלעקטראניקס, קענען די נייע סקענערס אריינקוקן טיף אינעווייניג בשעת די רענצלעך זענען פארמאכט. אזוי אויך זעט מען שנעלערע אטאמאטישע קאנוועיער סיסטעמען וואס רוקן די רענצלעך שנעל און געשמירט, וואס דאס אלעס רעדוצירט שטארק די גאנצע סטרעס און די ווארט צייט.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אמאל האט ער געמיינט אז דאס וואס מען זאגט ביים דאווענען אין די הייליגע טעג "לבוחן לבבות ביום דין, לגולה עמוקות בדין" איז א שרעקעדיגע זאך וואס צוברעכט א מענטש, אבער מיט'ן רבי'נס לימודים האט ער אנגעהויבן פארשטיין אז עס איז פונקט פארקערט. דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו מייאש זיין א איד און אים זאגן: "דו טוסט זיך אן אזוי שיין, האסט ווייסע זאקן מיט א בעקישע, אבער וואס טוט זיך אונטער דעם? דער אויבערשטער ווייסט דאך אלעס און מען קען זיך נישט באהאלטן פון אים, דער אויבערשטער (ח"ו) דארף דיך נישט", אבער דער רבי זאגט פונקט פארקערט. ביז יעצט, ווען די מאשינען זענען נאך נישט געווען אזוי גוט און מען האט נישט געקענט אריינקוקן אזוי גוט, האט מען יעדעם חושד געווען; מען האט יעדעם אפגעשטעלט, געעפנט די פעקלעך, און מען האט געמוזט איבערצייגן אז מען איז נישט קיין טעראריסט און מען האט נישט קיין בייזע כוונות, און נאר אזוי האט מען דורכגעלאזט. אבער יעצט אז מען האט מאשינען וואס קענען "בוחן זיין די כליות" און זען וואס טוט זיך טיף אינעווייניג, גייט עס א מחי', יעדער איז גוט און יעדער איז וואויל. דער אויבערשטער קען אריינקוקן אין א מענטש אביסל ווייטער; ער זעט טאקע יעדע זאך וואס א מענטש טוט, אבער ער קען אריינקוקן אביסל טיפער ווי די סקענערס. ער זעט אויך אינעווייניג אין הארץ, טיף טיף וואס דער מענטש וויל באמת; ער זעט א איד'ס רצון, ווי ער געבט נישט אויף און ער וויל נאך אלץ זיין נאנט צום אויבערשטן, און דאס איז וואס עס שטייט א איד צו הילף ביום הדין.
צוריק צו די טערמינאלן: די דאזיגע פארבעסערונגען דערקענט מען יעצט בעיקר אין די נייע טערמינאלן אין נוארק, ספעציעל אין טערמינאל A און אין טיילן פון טערמינאל C. ענליכע זאכן הייבן זיך אויך אן צו באמערקן אין JFK און לאגווארדיע עירפארטס, אבער עס איז נישט איבעראל די זעלבע; עס ווענדט זיך שטארק אין וועלכע טערמינאל אדער עירליין מען ניצט. אבער, עס איז כדאי צו באמערקן אז נישט אלע עירפארטס, טערמינאלן אדער טשעקפוינטס זענען שוין אויסגעשטאט מיט די אלע פארגעשריטענע טעכנאלאגיעס. עס קען זיין אז איין ליין פארט געשמאק, בשעת די ליין דערנעבן ארבעט נאך אויפן אלטן שטייגער. עקספערטן זאגן אז אויסער די עירליין און די טערמינאלן, איז כדאי צו האבן TSA PreCheck, וואס דאס פארשנעלערט אלעס גאר שטארק בעז"ה.