ספעשל פראמאושען: באקומט דעם "זוהר" גליון בחנם, דורך א סובסקריבשאן פארן קרית ברסלבל בלעטל
יא תמוז תשפ"ב 📝
דער אלעמען באקאנטער ברסלבע צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" דארף שוין נישט קיין גרויסע הקדמות. מיר באריכטן דא פון צייט צו צייט איבער די פילע אויסברייטערונגען און פארשענערונגען פארן הערליכן פאמיליע מאגאזין וואס איז מלא תוכן ויראת שמים. אינעם לעצטן וואך אליינס איז צוגעקומען נאך א צוויי הערליכע וועכענטליכע פראיעקטן אין די קינדער אפטיילונג, איינס "א מעשה פון תפלה פאר קינדער" ווי קינדער וועלן אריינשיקן א מעשה'לע פון תפלה מיט א בילד פון די מעשה, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף נאך שטערקער אריינבאקן אין די קינדער די זאך פון תפלה, און אמונה. זייט ביי זייט איז צוגעלייגט געווארן נאך א רובריק מיטן נאמען "נאך וועם הייס איך", ווי די קינדער וועלן אריינשיקן וועכענטליך אביסל איבער דעם צדיק אדער צדקת נאך וועמען זיי הייסן, און ווי זיי שטרעבן און האפן צו וואקסן אן ערליכער איד און גיין אין די וועגן פון אונזערע זיידעס און רבי'ס. דאס וועט בעזרת השי"ת אריינגעבן א שטאלץ אין אונזערע קינדער איבער אונזער הייליגער אפשטאם און א בענקעניש צו גיין אין זייערע וועגן.
נאכדעם וואס דער וואונדערליכע בלעטל איז אריבער אן אומגלויבליכער סוקסעספולער יאר, ווען מיט סייעתא דשמיא איז מען ארויסגעקומען יעדע וואך מיט א גאר רייכער תוכן, וואס האט געהאלט אין איין פארשענערט און פארבעסערט ווערן, (ועוד ידם נטיה בסייעתא דשמיא...) טוט דער קרן הדפסה וואס דרוקט און פארשפרייט דאס ארויסקומען מיט א מעכטיגע פראמאשען. אז די אלע וואס וועלן זיך איינשרייבן צו באקומען דעם הערליכן צייטונג אויף די פאסט, פון יעצט ביז חמשה עשר באב הבעל"ט, וועלן באקומען אן עקסלוסיוו מתנה בחנם, די נייע קונטרס "א שטיקל זוהר מיטן ראש ישיבה שליט"א" פאר דריי חדשים צוזאמען מיט זייער סובקריבשאן.
די נייע גליון "חזית איש" א שטיקל זוהר הקודש מיטן ראש ישיבה, וואס האט אנגעהויבן ערשיינען מיט עטליכע וואכן צוריק, האט שוין געשלאגן טיפע ווארצלען ביי אנשי שלומינו, די מפיצים זאגן אז עס ווערט ממש צוכאפט פון זייער הענט. אנשי שלומינו טרונקען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אין זוהר הקודש, נאך דערצו ווען עס קומט באגלייט מיט די זיסע פירוש פונעם ראש ישיבה, וואס געבט אונז צו פארשטיין לעובדא ולמעשה די ווערטער פונעם הייליגן זוהר.
טראצדעם וואס עס איז דא א גאר שטארקע פארלאנג פון אנשי שלומינו אז מען זאל זיך קענען איינשרייבן צו באקומען דער הערליכער גליון פון זוהר הקודש מיטן ראש ישיבה. צוליב טעכנישע סיבות, געט מען איבער, וועט מען זיך דערווייל נישט קענען איישרייבן עס צו באקומען באזונדער. אבער אלע נייע סובסקריבשאן פאר קרית ברסלב בלעטל ביז חמשה עשר באב תשפ"ב הבעל"ט וועלן עס אי"ה באקומען בחנם פאר דריי חדשים.
כאפט אריין, שרייבט אייך שוין איין, רופט אדער טעקסט 845-640-1743, אדער דורך וואטסעפ 845-747-0832 פארגעסט נישט צו בעטן דעם פראמאשען.